פארענהייט
פארענהייט איז א טעמפעראטור באשטאנדטייל מעסטונג ווערנדיג אנגערופן נאך איר דייטשער-נידערלאנדישער פיזיקער דניאל גבריאל פארענהייט (1686 - 1736) וואס האט דאס פארגעשלאגן אין יאר 1724.
דאס ווערט סימבאליזירט און געשריבן מיטן אות F
די שיטה איז געבויט אויף דעם שמעלצונג פונקט פון אייניגע אויסמיש פון זאלץ מיט אייז און דער טעמפראטור פון א געזונטן קערפער פון א מענטש.
אין אנפאנג האט ער באזירט זיין מעסטונג אויף א לייטער פון 12 אפטיילונגען אבער שפעטער האט ער צוטיילט יעדע אפטיילונג אויף 8 שטיקלעך, דערמיט שאפענדיג א לייטער פון 96 טרעפ.
נאך זיין שטארבן האט מען איבערגעמאכט דעם מעסטונג זעענדיג אז עס האלט נישט אויס.
אין די וואג-מעסטונג וועג, איז די פארפרירונג פונקט פון וואסער 32 גראד פארענהייט (געשריבן “ºF 32”) , און די קאכן פונקט איז 212 גראד, פלאצירענדיג די בוילינג און די פריזינג פונקטן פון וואס פונקטליך 180 דעגריס פינאדערגעשיידט.
אין די צעלזיוס וואג-מעסטונג וועג, די פארפרירונג און קאכן פונקטן פון וואסער זענען פונטקליך 100 גראַד פינאדערגעשיידט, דעריבער איז איין באשטאנדטייל פון דער סיסטעם, איין גראד פארענהייט, איז א ברוכטייל |5|9 פון א גראד צעלזיוס.
די שיטה ווערט היינט אממייסטענס באנוצט אין אמעריקע.