עפל

פֿון װיקיפּעדיע
טיפישער עפלבוים
רויטער דעלישעס עפל
גרינער עפל
גאלדענער דעלישעס עפל
ווילדער געמישטער עפל
בליעכץ וואס וואקסט אויפן עפלבוים
אינעווייניגסטער אויסזען פון אויפגעשניטנעם עפל.
עפל קוגל.

דער עפל איז א פרוכט וואס וואקסט אויף אן עפלבוים, פון די מאלוס דאמעסטיקא (Malus domestica) זגאל אין דער ראזאצעאיי (Rosaceae) פאמיליע.

עס איז איינער פון די ווילדסטע קולטיווירטע בוים פרוכט.

ער איז א קליינער געוויקסענער בוים, גרייכנדיג בלויז 5 צו 12 מ' הויך, מיט א ברייטער, אפט געדעכטער פארדרייעטער קרוין.

די בלעטער און צווייגן זענען ארגאנעזירט אריין איינער אין אנאנד נישט גראד, די בלעטער זענען רינדעכיג מיט א קליינער שפיץ 5 ביז 12 צ"מ לאנג און 3 ביז צ"מ ברייט.

עס שפראצן בליעכץ אין דעם פרילינג צוזאמען מיט די בלעטער, קאלירט ווייס און באשפריצט מיט ראזע פינטעלך און פלעקן 2.5 ביז 3.5 צ"מ אין דיאמעטער, מיט 5 קרוינבלעטלעך.

די פרוכט צייטיגט זיך אין הארבסט, און איז טיפיש גרויס א 5 ביז 9 צ"מ אין דיאמעטער.

דער צענטער פונעם פרוכט אנטהאלט פינף הארטע שיכטן פון געצעלט וואס הייסט קארפעלס און איז אויסגעפארעמט ווי שטערנענעס אנטהאלטנדיג דערין איינס ביז דריי קערענדליך.

באקאנטע ראסען אין ארץ ישראל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנא Anna
  • גראנד Grand
  • יונתן Jonathan
  • דעלישעס Delicious
  • גאלדן דעלישעס Golden Delicious
  • ארלעאנס Orleans

בדיקת תולעים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דעם עפל איז געווענליך נישט פארהאן קיין אינסעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לױט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אויב אבער ס'איז פארהאן אנווייזונגען צו קלערן אז יא, צ.ב.ש. לעכער אדער פלעקען, מוז מען עס קאנטראלירן פאר מען עסט אים.

מצוות התלויות בארץ[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער עפל איז פון די פרוכט וואס וואקסן אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל, און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות, שמיטה.

שמיטה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער דאטום וואס פאלט אויף דעם עפל די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש אייר פון דעם זיבעטן יאר ביז חודש תמוז פון דעם אכטן יאר. דער ראסע אנא געפינט זיך שוין אויף דעם מארק פון אייר, דער ראסע יונאטאן, גרענד און דעלישעס קומען אויף דעם מארק אין חודש תמוז, און דער ראסע גאלדען דעלישעס אין חודש אב

ערלה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער עפל קען זיך אמאל געפינן שוין אויף דעם מארק נאך אין זיינע ערשטע דריי יאר, דערפאר דארף מען קאנטראלירן און אויף פאסן פאר מען באנוצט זיך מיט זיי וועגן דעם פראבלעם פון ערלה.

גלאנץ[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז פארהאן פיל ערטער ווי דער עפל ווערט איינגעשמירט מיט א גלאנץ, וואס איז פעטן פון א לעבעדיגע באשעפעניש וואס איז נישט כשר.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: עפל