סידני משכונות פארכאפונג

פֿון װיקיפּעדיע

די סידני משכונות פארכאפונג איז פארגעקומען מאנטאג דעם 14טן דעצמבער 2014 אין דער לינדט שאקאלאד קאפע אין צענטער פון סידני, אויסטראליע, און האט אנגעהאלטן ביז דעם אנדערן טאג פארטאגס ווען עס האט אויפגעריסן עקספלאזיעס אין דער געביידע. צוויי פון די פארכאפטע זענען געשטארבן און עטליכע מענטשן זענען אריינגעפיהרט געווארן אין שפיטאל אין איילעניש.

די סיטואציע האט אנגעהאלטן פון צעהן אזייגער אינדערפרי ביז נאך צוויי אזייגער פארטאגס (אויסטראליע זייגער), בסך הכל זענען זיבעצן מענטשן געווען פארכאפט.

צוערשט האט מען געמיינט אז עס איז בלויז א רויבערייי ביז דער טעראריסט, אן איראן אפשטאמיגער אייגן געקרוינטער שעיך אן אלטער פראבלעמאטישער מענטש מאן האראן מאניס, האט געצוואונגען צוויי משכונות צו האלטן א מוסלעמענישע פאן ביים פענסטער.

פינעף מענטשן האבן באוויזן צו אנטלויפן במשך'ן טאג דורך זייטיגע ארויסגענג.

די משכונות האבן זיך כסדר פארבונדן מיט די מעדיע מיט מעסעדזשעס פונעם טעראריסט אבער די פאליציי האט זיי געראטן עס נישט צו באריכטן כדי נישט צו העלפן פארן טעראריסט. און במשך'ן טאג האט מען כמעט גארנישט געוואוסט, נאר אז מ'פארהאנדלט מיטן טעראריסט און אז פינעף זענען אנטלאפן, ביז עס האבן זיך אנגעהויבן די אויפרייסן.

פארכאפטע האבן ארויסגעלאזט מעסעדזשעס במשך'ן טאג אויף די סאציאלע מידיע, אויף וועלכע די פאליציי איז געווען זייער ברוגז.

לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]