סאברא און שאטילא

פֿון װיקיפּעדיע

סאברא און שאטילא זענען צוויי פאלעסטינער פליטים לאגערן אין לבנון, וואס ביי דער ישראלדיקער מיליטערישער ערשטער לבנון מלחמה, האבן קריסטליכע מיליציעס אומגעברענגט הונדערטע פאלעסטינער, אין יאר 1982, צווישן דעם 16טן און 18טן סעפטעמבער.

די וועלט האט באשולדיקט ישראל אין די מאסן מערדערייען, וויבאלד די ארמיי האט געוויסט פון דעם, און האט נישט אפגעשטעלט די קריסטן.

די קריסטן האבן געטענהט, אז זיי טוען דאס אלס נקמה פארן אטענטאט קעגן דער פירער פון די פאלאנגען באשיר זשומייעל, וואס פאלעסטינער טעראריסטן האבן דורכגעפירט, ביים לבנון ברודער קריג.

מנחם בעגין דער פרעמיער מיניסטער, האט געשטעלט א קאמיסיע אויסצופארשן דעם עניין, מיטן ריכטער שמגר, דער קאמיסיע האט באשולדיקט אריק שרון, אלס פאראנטווארטליך אינעם מארד, און שרון האט רעזיגנירט פון פארטיידיגונגס מיניסטעריום.

אין ישראל איז ארויסגעקומען א פילם, מיטן נאמען וואלס מיט באשיר, אום יאר 2008, וואס רעדט איבער די מלחמה, און די מאסן מארד קעגן די פאלעסטינער.