מעכל אבערלענדער

פֿון װיקיפּעדיע

ר' מעכיל אבערלאנדער איז א גרויסער עושר פון אויל [1][2], אומבאוועגלעכע גיטער, און פון אנדערע פארצווייגטע געשעפטען. ער איז ראש הקהל אין פאפא וויליאמסבורג. ער איז באקאנט אויף ענגליש אלץ Herman Oberlander.

ער איז געגאנגען אין געריכט און האט זיך ארום געשלאגען יארן לאנג מיט אן א שיעור אידן, ובתוכם מיט זיינע אייגענע ברידער ר' שמואל אבערלענדער, ר' מרדכי אהרן אבערלענדער און ר' עמרם אבערלענדער, וואס לויט אים האבן זיי אים באגאנבעט און לויט זיי האט ער זיי באגאנבעט. טייל מאל איז די פסק פון געריכט געווען לטובתו, און טייל מאל איז עס געווען לטובתם.

עס איז ארויסגעקומען אויף אים סירובים און התראת סירובים פון אפאר בתי דינים ובתוכם פון טארטקוב'ער בי"ד און פון בי"ד בית יוסף נאווהארדאק. אבער ער האט אויך געווינען אסאך דין תורה'ס לטובתו.

ער איז א ברודער פון דעם ארונים וויצע־פרעזידענט ר' שמואל אבערלענדער.

ער איז פאקטיש בעל הבית אויף אסאך בנינים פון פאפא מוסדות אין וויליאמסבורג און אין מאנסי, ווייל ער מיט זיינע זין פיגורורן אלץ די מערהייט טראסטיס אויף די פאפא געמיינדעס, און אויך אויף זיינע אייגענע און קינדערס הייזער צאלט ער נישט קיין שטייער ווייל עס פיגורירט אין די שטאטישע ביוראען אלס נאן פראפיט מוסדות.[3] [4]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]