מנשה בן ישראל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א פארטרעיט פון מנשה בן ישראל געמאלן דורך ראמבארט.

ר' מנשה בן ישראל געבורין אין יאהר ה'שס"ד, אין ליזבאהן פארטוגאל. ער שטאמט פון א אריסטראקראטישע משפחה באקאנט אלס די אבארבנאל.

א גרויסע פילאזאף, און אידישע געלערנטער,

ביי די צען יאהר איז ער אנטלאפן פון ליזבאהן מיט זיינע עלטערן כדי נישט צו ווערן פארברענט פון די אינקוויזיציע, ער איז אנגעקומען קיין אמסטערדאם. דארט איז ער געזעסן אין בית המדרש און געלערנט די אידישע תורה, ווען ער איז אלט געווארן אכצן יאהר האט מען איהם אויפגענומען אלס רב אין די קהלה פון נוה שלום אין די ספרד'ישע קהלה.

עס ווערט דערציילט אז אין יאהר ה'ת"ב איז דער קעניג מאריטס מיט זיין מלכה פרידריך היינריך פון אראניע געקומן קוקן די יידישע קווארטעל זיי זענען אריין אין בית המדרש, דאן האט זיך אויפגעשטלט ר' מנשה און געהאלטן א גאר רירענדע דרשה, ער האט אויסגעלויבט דעם מלך מיט די מלכה, דעמאלט האט ער שטארק געטראפן חן אין די אויגן פונעם מלך.

אין יאהר ה'תי"ד האט ער מחליט געווען צו גיין קיין ענגלאנד, וואו ער האט געהאט גוטע קשרים מיט די אדל לייט אין לאנדאן, די קהלה הויפטן אין אמסטערדאם האבן איהם זייער געבעטן צו בלייבן אין אמסטערדאם, אבער ער האט נישט געוואלט, ער האט זיי געזאגט אז סוף כל סוף וועט ער זיך צוריק געהרן, ווען ער איז אנגעקומען קיין לאנדאן איז ער געגאנגען צום דעם שר אליווער קראמוועל וואס האט איהם שוין געקענט פון פריער דורך בריוו, ער האט אויפגעטרעטן אין לאנדאן סיי אין די הויכע פארלאמענט, און סיי אין די נידריגע פארלאמנט, איבאראל האט ער זייער נושא חן געווען, און מיט חכמה און גרויס גלוגשאפט האט ער אויסגעפוילט אז די אידן מעגן צוריקומען וואוינען קיין לאנדן, זיי מעגן אנהייבן האנדלען און זיך באזעצן ווי זיי ווילן, דערמיט האט ער מבטל געווען א פריערדיגע גזירות גירוש. (זעה אין הקדמה פון זיין ספר נשמת חיים)

דער חיד"א שם הגדולים שרייבט אויף איהם ער האט געקענט גאר אסאך חכמות סיי געטליכע סיי וועלטליכע, א גרויסע בקי אין גמרא און פוסקים. דער גרויסער חכם יש"ר מקאנדיא האט אסאך פון איהם געלענרט, ער שרייבט אויף איהם אין זיין חכמה ווערק נובלות חכמה: ר' מנשה איז א אב בחכמה און א רך בשנים, פאר החכמים, די שיינקייט פון אונזער פאלק אין די אויגן פון אלע פעלקער, ער האט געמאכט אסאך חיבורים, די פעלקער קומען לערנען פון איהם יעדן טאג טעגליך זיין חכמה, ונהרו אליו כל הגוים ע"כ.

עס איז מערקווירדיג וואס ער זעלבסט שרייבט אין הקדמה פון זיין ספר נשמת חיים: עס זאל דיר נישט באנק טועהן פאר וואס איך ברענגט עדות פון נישט אידישע שרייבער, וויבאלד זייער מקור איז גוט, דארף מען מקבל זיין דעם אמת פון ווער עס זאגט עס, מען דארף ארויסנעמען די גוטע און אוועק ווארפן די שאלעכטץ, דו וועסט זעהן ווי איך ברענג פון די נישט אידישע געלערנטע צייג איך צו אז זיי האבן ארויסגענומען זייער זאכן פון אונזער חכמים פון אמאל, אבער ברענג איך א ראיה פון זייערע ווערטער צו אונזער חכמים, טראץ דעם האב איך נישט געמאכט פון אלע חכמות חיצוניות אל קבע, איך לערן פון די מקובלים, און די רייד פון תלמוד פון אונזער רביים ע"כ.

ער האט מחבר געווען זיין ספר נשמת חיים דאס איז א שטארק מוסר ספר, עס צייגט אויף זייער א סאך די אמונה אין השארת הנפש, תחיית המתים, אז די גוים מוזן אויך מודה זיין אז עס עקסזיטירט נאך א וועלט, עס איז בלויז דא איין באשעפער וואס זעהן און ווייסט אלעס, ער צייגט עס אויף מיט שטארקע ראיות פון די תורה פון די חז"ל, פון די טבע, און פון די חכמי הגוים.

עס איז די ערשטע מאל געווארן געדרוקט שנת ה'תי"ב.

ער איז נפטר געווארן אין יאהר תי"ח.