מוראשקע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מוראַשקע

די מוראַשקע איז אַ מין אינסעקט אָן פֿליגלען, פארבינדן מיט וועספן און בינען. די מוראַשקעס לעבן אין געזעלשאַפֿטן און האָבן אַ באשטימטע סאָציִאַלע סטרוקטור. דער ראש פֿון דער מוראַשקע-מלוכה איז די קעניגין און זי איז אױך די גרעסטע אין דער מלוכה. דיִ קעניגין איז דאָס װײַבל און לײגט אײַער. די מוראַשקעס װאָס מיר קענען זענען די אַרבעטערינס און האָבן די אחריות פֿאַר דער דערגרײכונג פֿון עסנװאַרג פֿאַר דער קעניגין און פֿאַר די לאַרװן.

מוראשקעס געפינען זיך איבער דער גארער וועלט אחוץ אנטארקטיקע, איסלאנד און גרינלאנד.

מוראשקעס ליידן פון עטלעכע בעלי חיים וואס באפאלן זיי. צווישן זיי איז דא א זגאל אינסעקטן וואס וואוינען צוזאמען מיט מוראשקעס און זען אויס ווי זיי (דורך מימיקרי) אבער זיי באפאלן די מוראשקעס.

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן