ארטראפאד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אַרטראפאד
פארשידדענע ארטראפאדן
פארשידדענע ארטראפאדן
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
אונטער קעניגרייך: Eumetazoa
איבערשטאַם: Ecdysozoa
שטאַם: Arthropoda
Latreille, 1829
וויסנשאפטלעכער נאמען
Wikispecies-logo.svg Arthropoda

אן אַרטראפאד (פון גריכיש ἄρθρον אַרטהראן, "געלענק", און ποδός פאדאס "פוס") איז א בעל חי אן א רוקן ביין וואס האט א הארטן הויט (א "דרויסנדיקער סקעלעט"), א קערפער וואס איז צעטיילט און פיס מיט געלענקען. דאס איז כולל אינסעקטן, שפינען-חיות און קרעבס-חיות. אין אלגעמיין לייגן ארטראפאדן אייער, אחוץ סקארפיאנען וואס לאזן די אייער וואקסן אין דער מוטער און ברענגען ארויס די קינדער לעבעדיק.

עס ווערט גערעכנט אז ס'איז פאראן מער ווי א מיליאן זגאלן ארטראפאדן. אומגעפער 80% פון אלע בעלי-חיים אויף דער ערד זענען ארטראפאדן.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]