מוסטער-ווערק פון דער יידישער ליטעראטור

פֿון װיקיפּעדיע

מוסטער-ווערק פון דער יידישער ליטעראטור איז א ציקל פון ביכער ארויסגעגעבן פון יוסף ליפשיץ פאנד פון דער ליטעראטור-געזעלשאפט ביי קולטור קאנגערס אין ארגענטינע.

דער סעט אנטהאלט הונדערט ביכער און אלע זענען געדרוקט אין ארגענטינע אונטער דער רעדאקציע פון: שמואל ראזשאנסקי, און קארעקטור: די ערשטע העלפט ביי שעפסל נייהויז און צווייטע העלפט פון באנד אכצן און ווייטער ביי יעקב יהושע לערמאן, זיי פארמאגן א רייכן געקליבענעם אוצר פון דער אמאליגער ליטעראטור אין די יודישע שפראך.

די ביכער זענען ווי פאלגענד:

  1. שלמה עטינגער - אויסגעקליבענע שריפטן (246 זייטן)
  2. מארק ווארשאווסקי - יידישע פאלקס-לידער מיט נאטן (216 זייטן)
  3. ה. ד. נאמבערג - אויסגעקליבענע שריפטן (256 זייטן)
  4. מענדעלע מוכר ספרים - מסעות בנימין השלישי (256 זייטן)
  5. לייב ניידוס - אויסגעקליבענע שריפטן (208 זייטן)
  6. יעקב דינעזאן - יאסעלע און דער קריזיס (256 זייטן)
  7. משה בראדערזאן - אויסגעקליבענע שריפטן (272 זייטן)
  8. אליה בחור - בבא-בוך (256 זייטן)
  9. דוד פינסקי - אויסגעקליבענע שריפטן (352 זייטן)
  10. שמעון שמואל פרוג - אויסגעקליבענע שריפטן, ליעדער מיט 11 ניגונים צו 10 ליעדער, ה'תש"כ, (216 זייטן). קארעקטור: קהת קלוגער, טיראַזש: 1000 עקזעמפלארן.
  11. י. ל. פרץ - אין 19טן יאר-הונדערט (272 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ב
  12. י. ל. פרץ - אין 20טן יאר הונדערט (272 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ב
  13. מאריס ראזענפעלד - אויסגעקליבענע שריפטן (240 זייטן)
  14. דוד האפשטיין, איזי כאריק, איציק פעפער - אויסגעקליבענע שריפטן (272 זייטן)
  15. מרדכי ספעקטאר ־ דער יידישער מוזשיק, ראמאן (272 זייטן)
  16. ה. לייוויק - אויסגעקליבענע שריפטן (352 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ג
  17. שלום עליכם - מנחם-מענדל (272 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ג
  18. אברהם גאלדפאדען - אויסגעקליבענע שריפטן (304 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ד
  19. י. י. שווארץ - קענטאקי, א. ראבאי - הער גאלדענבערג (פיאנערן אין אמעריקע) (312 זייטן)
  20. חיים נחמן ביאליק - אויסגעקליבענע שריפטן (384 זייטן)
  21. ש. אנ-סקי אויסגעליבענע שריפטן - (296 זייטן)
  22. מענדעלע מוכר ספרים - פֿישקע דער קרומער (256 זייטן)
  23. יוסף אפאטאשו - אין פוילישע וועלדער (416 זייטן)
  24. זלמן רייזען - אויסגעקליבענע שריפטן (304 זייטן)
  25. יהואש - אויסגעקליבענע שריפטן (320 זייטן)
  26. גליקל האמיל - זכרונות (352 זייטן)
  27. שלום עליכם - טביה דער מילכיקער (288 זייטן)
  28. אברהם רייזען - אויסגעקליבענע שריפטן (320 זייטן)
  29. די פרוי אין דער יידישער פאעזיע (אנטאלאגיע) (416 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ז
  30. ר' נחמן בראצלעווער - סיפורי-מעשיות
  31. מרדכי אלפערסאן - אין ארגענטינע
  32. פרץ הירשביין - אויסגעקליבענע שריפטן
  33. אנטאלאגיע - יידיש אין ליד
  34. מנחם באריישא - זאוול רימער
  35. ווען א פאלק דערוואכט : מדינת ישראל 1948–1968 : לידער, דערציילונגען און דראמע פון 84 שרייבערס (461 זייטן)
  36. נוסח השכלה : אנטאלאגיע (269 זייטן)
  37. זוסמאן סעגאלאוויטש - לידער, דערציילונגען, זכרונות (348 זייטן)
  38. מעשה בוך (364 זייטן)

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]