מארק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א מארק אדער יריד איז טייטש א האנדלס פלאץ, ווי עס קומען פאר פארהאנדלונגען פון סחורה אדער אקציעס אויף א גרויסן פארנעם. אין יעדן קומען פאר אסאך האנדלס־אפעראציעס פון א געוויסן מסחר.

מארק אין סינגאפור

זענען פאראן מארקן וואס פארקויפן אויף ענצל, צו קונים וואס ניצן די סחורה אליין. אנדערע מארקן פארקויפן אויף הורט, צו געשעפטן וואס פארקויפן ווייטער צו די ענצעלע קונים.

צומאל ווערן דארטן פארקויפט הארטע פראדוקטן, אזוי ווי אין די באקאנטע מארק/יריד שטעט, לייפציג, א.ד.ג., אזוי אויך איז נאך היינט צוטאגס באקאנט דער פיש מארק, ווי דער געוועזענער פולטאן סטריט פיש מארק אין מאנהעטן וואס איז אנגעגאנגען פאר איבער הונדערט יאר.

אין דער היינטיגער מאדערנער עפאכע איז דאס פול פארגרינגערט געווארן ווען מען פירט נישט דורך קיין הארטע האנדלונגען, נאר ליבערשט ווערן דארטן אויסגעשמועסט אפמאכן/(קאנטראקטן) אויפן קומענדיגן סעזאן/טערמין, און ביידע פארן אהיים מיט נישט מער ווי א שטיקל פאפיר וואס ווייזט אן די רעזולטאטן, דער סארט מארק ווערט אנגערופן א שוי.

צ.ב.ש. עס זענען פארהאנען א

איינע פון די מערסט באנוצטע ערטער פאר דעם צוועק איז דער גיגאנטישער דזשייקאב דזשאוויץ סענטער וואס איז סטאנציאנירט אין צענטראל מאנהעטן וואס דארטן קומען כסדר פאר ריזיגע שוי'ס איבער אלערליי פראדוקטן אין סערוויסן.