דזשייקאב דזשאוויץ סענטער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער קאנווענץ צענטער

דער דזשייקאב דזשאוויץ קאנווענץ צענטער איז א ריזיגער קאמפלעקס פון בנינים אין מערב מאנהעטן וואס איז געבויט געווארן אין די 70'ער יארן אויפן נאמען פונעם געוועזענעם סענאטאר פארן שטאט ניו יארק, דזשייקאב דזשאוויץ, וואס איז ספעציעל געאייגנט פאר מארקן און גרעסערע צוזאמענקונפטן. עס ווערט געשאצט אז עס איז דער פלאץ ווי די מערסטע מענטשן גייען דורך אין איין יאר.

ער איז פלאצירט ביי דער מערב זייט פון מאנהעטן ענדע, תיכף נעבן דעם לינקאלן טונעל וואס פארבינדעט, נוי יארק מיט ניו דזשערסי, אזוי אויך איז דאס הארט נעבן דעם מערב פארט פון מאנהעטן, ווי אויך איז דאס נעבן דער פען צענטראלע באן סטאנציע, און אזוי אויך נעבן דעם פארט אויטאריטי צענטראלער באס טערמינאל אזוי אז עס זאל זיין גרינג צוצוקומען אהין, און ברענגען אהין סחורה אויף סיי וועלכן טראנספארטאציע מיטל.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]