מאגלעוו באן

פֿון װיקיפּעדיע
JR-Maglev
מאגלעוו באן אין שאנכיי

מאגלעוו באן איז א באן וועלכע פארט אויף עלעקטרא-מאגנאטישער ענערגיע און הייבט זיך פון די רעלסן מיט עטליכע אינטשעס מאכנדיג די רייזע א שטילע און רואיגע טראץ איר שנעלקייט. די מאגלעוו באנען קענען שוין היינט גיין ביז 500 קילאמעטער פער שטונדע (311 מ.פ.ש.) און איר טעכנאלאגיע וועט אין דער צוקונפט ערלויבן זי צו גיין ביז 1,000 קילאמעטער פער שטונדע וועלכע איז שנעלער ווי א געווענליכע פליגער.

די טעכנאלאגיע דערפון איז אויסגעטראפן געווארן אין די 60ער יארן און עס האט גענומען אסאך צייט ביז מען האט דאס געברענגט צו רעאליטעט ערשט אין קליינע פארמאטן און דערנאך צו פולע סיסטעמען.

די איינציגטסע קאמערציאלע מאגלעוו סיסטעם פאר ציווילע טראנספארטאציע איז די מאגלעוו באן סיסטעם אין שאנכאי, כינע, וועלכע לויפט פון דעם צענטער אין שטאט ביז די פודאנג אינטערנאציאנאלע לופטפעלד. דער באן מאכט די 30 קילאמעטער רייזע אין 7 מינוט און 20 סעקונדן און גייט א מאקסימום שנעלקייט פון 431 קילאמעטער פער שטונדע. דער באן פארט יעדע 15 מינוט און קאסט די ווערט פון 6 אמעריקאנער דאלאר פער טיקעט. אזא רייזע מיט אן אויטא דורכאויס די פארנומענע גאסן אין שאנכאי געדויערט בערך א שטונדע.

זינט די שאנכאי מאגלעוו באן סיסטעם איז אריין אין באנוץ אין ענדע 03' האבן מערערע שטעט אנגעהויבן באטראכטן אזא סיסטעם פאר ווייטע און פארנומענע באן ליניעס. אויך אין אמעריקע באטראכט מען עטליכע אזעלכע ליניעס און א פראטאטיפ סיסטעם איז געבויט געווארן אין די אלד דאמיניען יוניווערסיטי אין נארפאלק, ווירזשיניע, וואו דער סיסטעם ווערט פרובירט און געפארשט און האט שוין אפגעקאסט צענדליגער מיליאנען דאלארן. עס וועט אבער נישט זיין גרינג צו טוישן עקזיסטירנדיגע באן סיסטעמעם צו א מאגלעוו סיסטעם וויבאלד עס פעלט אויס איבערצומאכן די גאנצע אינפראסטרוקטור וועלכע איז א טייערע פראיעקט און נעמט אסאך צייט און נישט אלע שטעט קענען זיך ערלויבן צו האלטן אפגעשפארט זייער באן סיסטעם פאר אזוי לאנג. אפשאצונגן צייגן אז אין אמעריקע וואלט אזא סיסטעם געקאסט צווישן 10 און 30 מיליאן דאלאר פער מייל וואס מיינט אז א סיסטעם צווישן ניו יארק און וואשינגטאן די.סי. וואלט געקאסט צווישן 5 און 10 ביליאן דאלאר.


מאגנאט און עלעקטראמאגנאט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ווארט מאגלעוו רעפרעזענטירט די צוויי ווערטער מעגנאטישע לעוויטאציע וואס מיינט מאגנאטישע אונטערהייבונג. דאס ווארט לעוויטאציע מיינט די פארקערטע טבע פון גראוויטי. דער מאגלעוו באן זיצט נישט אויף קיין רעלסן נאר פליט אין דער לופטן ווי מיר וועלן באלד זען.

די טבע פון א מאגנאט איז אז עז וועט אמאל קלעבן איינע צו די אנדערע און אמאל וועט עס אפשטויסן איינע די אנדערע און דאס האט צעטאן מיט די מאגנאטישע פאולס פון די ערד. א מאגנאט איז א שטיין וועלכע מען גראבט ארויס פון די ערד אבער קען אויך געמאכט ווערן מיט אייזן און עלעקטריק. ווען מען נעמט א מאגנאט און מען לאזט עס הענגן פון א שטריק וועט זיך עס שטענדיג ענדיגן צו די זעלבע זייטן צפון און דרום. אויב איר ווילט דאס פרובירן מאכט א צייכן אויפ'ן מאגנאט און איר וועט זען אז יעדעס מאל וועט די געפארבטע זייט ענדיגן אדער צו צפון אדער צו דרום. דאס איז וויבאלד יעדע מאגנאט באקומט איר כוח המשכה פון די מאגנאטישע פעלדער וועלכע געפינען זיך ביי די צוויי עקן פון די וועלט.

ווען מאגנאטן קומען זיך צוזאם וועלן זיי קלעבן איינע צו די אנדערע אויב זיי זענען ביידע אויסגעדרייט די זעלבע וועג צו זייער דרום זייט אדער צפון זייט. ווען די צוויי טיילן זיך אפ איינע פון די אנדערע איז א סימן אז די צוויי זענען אויסגעדרייט איינע קעגן די אנדערע. יעדע מאגנאט פארמאגט א מאגנאטישע פעלד אין זיך און וויפיל מען זאל צעטיילן דעם מאגנאט וועט יעדע נייע מאגנאט ווייטער פארבלייבן מיט אירע מאגנאטישע פעלדער ביז עס וועט צובראכן ווערן אויף אזוי קליין אז עס וועט פארלירן איר מאגנאטישן כוח.

צו פארשטיין נוצט דעם פאלגנדן ביישפיל: אויב איר וועט אויסשטעלן צענדליגער מענטשן אין א ליניע איינע אונטער די אנדערע און יעדער מיט'ן פנים אויף פאראויס וועט מען אין סך הכל האבן א פנים ביי איין עק פון די ליניע און א רוקן ביי די אנדערע עק פון די ליניע. יעצט אויב מען זאל צעטיילן די ליניע צו צוויי ליניעס וועט מען נאך אלץ האבן אין יעדע ליניע א פנים ביי איין עק און א רוקן ביי די צווייטע עק. אויב מען וועט עס ווייטער צעטיילן צו נאך ליניעס וועט דער רעזולטאט שטענדיג בלייבן דאס זעלבע אפילו אויב מען זאל יעדן צעטיילן. דאס זעלבע איז מיט א מאגנאט. וויפיל מען זאל עס צעטיילן וועט יעדע מאגנאט בלייבן מיט א קאפ און רוקן וועלכע זיי רופן א נארט און סאוט פאל.

אלעס אין די וועלט באשטייט פון פיצעלע אביעקטן וועלכע פארמירן איר עקזיסטענץ. די דריי הויפט עלעמענטן זענען פראטאנס, נוטראנס, און עלעקטראנס. יעדע זאך אין די וועלט איז אנדערש צוזאמענגעשטעלט און יעדע צוזאמענשטעל איז דער רעזולטאט פון עפעס אנדערש. איין צוזאמענשטעל איז האלץ, א צווייטע איז גלאז, און א דריטע איז אייזן, א.א.וו. סייענטיסטן וועלכע שטודירן די זאכן פרובירן שטענדיג אויפדעקן וויאזוי יעדע זאך איז צוזאמענגעשטעלט און זיי געבן נעמען לויט קאטעגאריעס. איין אזא קאטעגאריע רופט זיך פערמעביליטי און יעדע זאך וואס איז רייך אין פערמעביליטי קלעבט צו מאגנעט. א ביישפיל איז אייזן וועלכע קלעבט זייער שטארק און וואסער וועלכע ווארפט דאס אפ ווייל זי איז ארים פון פערמעביליטי.

איינמאל זיי האבן פארשטאנען די צוזאמענשטעל פון מאגנאט האבן סייענטיסטן אויסגעפינען א וועג וויאזוי צו פארשטערקערן די כוח פון א מאגנאט דורך עלעקטריק וועלכע שיקט אריין א געוויסע באשטאנדטייל און פארמערט די פערמעביליטי פון דעם מאגנאט. דאס איז עלעקטראמאגנאט וועלכע ווערט גענוצט אין טראנספארמערס און אין עלעקטרישע מאטארן און אויך אין דעם מאגלעוו באן.


דער מאגלעוו קאנצעפט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צוויי מאגנעטן איינע קעגן די אנדערע שטויסן זיך אפ איינע פון די אנדערע. לאמיר מאכן דעם באן אלס איין מאגנאט און די שינעס אלס די צווייטע מאגנאט. ביידע זענען עלעקטראמאגנאטן וועלכע פארמאגן זייער א שטארקע מאגנאטישע כוח. וואס פאסירט? די צוויי שטויסן זיך אפ איינע פון די אנדערע און דער רעזולטאט איז אז דער באן וועלכע איז נישט באהאפטן צו גארנישט הייבט זיך אין דער לופטן.

גענוי דאס איז א מאגלעוו באן. די רעלסן פארמאגן אין זיך שטארקע עלעקטרא מאגנאטן און אונטערן באן זעלבסט איז אויך פאראן מאגנאטן. ווען דער באן הייבט אן פארן ווערן די צוויי מאגנאטן אקטיוויזירט אלס צוויי קעגנשטעלנדיגע מאגנאטן און דער באן הייבט זיך אין דער לופטן מיט עטליכע אינטשעס אלס א רעזולטאט. אבער עס פליט נישט אוועק ווי א מאגנאט וואלט געטאן אין אזא צייט ווייל די רעלסן זענען דעזיינט צו האלטן דעם באן אין פלאץ פון די צוויי זייטן אז עס זאל נישט קענען אראפפאלן.

וויאזוי פארט עס? דאס איז שוין א חכמה וועלכע איז אנטוויקעלט געווארן דורכאויס די יארן וואס מען האט געפארשט די טעכנאלאגיע פון דעם מאגלעוו. לאמיר נאכאמאל געבן א קליינע ביישפיל און מיר וועלן עס גרינג פארשטיין.

אויב זאלט מען נעמען צוויי מאגנאטן און שטעלן איינס אויפ'ן טיש און די צווייטע העכער דעם אויף די פארקערטע זייט. די צוויי וועלן זיך אפשטויסן און די אויבערשטע מאגנאט וועט אראפפאלן. יעצט אויב וועט מען נעמען א דריטע מאגנאט און דאס לייגן פארענט פון די ערשטע מאגנאט אויפ'ן טיש אבער אויף די פארקערטע וועג ווי די ערשטע, וועט דער אויבערשטער מאגנאט נישט אראפפאלן נאר וועט פאלן צו די צווייטע מאגנאט און זיך דארט אנקלעבן.

די רעלסן פון א מאגלעוו סיסטעם ארבעטן סיסטעמאטיש און טוישן זייערע מאגנאטישע כוחות לויט א סיסטעם וועלכע ווערט געמאכט ווען דער באן פארט. יעדעס מאל דער באן שטייט ביי א פונקט אינמיטן די רעלסן וועלן די מאגנאטן פארענט פון איר זיין אנגעשטעלט עס זאל צוציען די באן און די מאגנאטן אונטער איר זענען אנגעשטעלט אוועקצושטופן די באן. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז צו יעדע צייט איז פאראן א כוח המשכה פארענט פון איר און א כוח פון אפשטויסן פון אונטן און דער רעזולטאט איז אז די באן רוקט זיך פאראויס.

די עלעקטראנישע מאגנעטן קענען טוישן זייערע כוחות פון איין סעקונדע צו דער אנדערער און זיי ארבעטן אזוי סיסטעמאטיש צו מאכן די מאגלעוו באן פארן אויף אירע רעלסן. ווען די באן דארף זיך אפשטעלן וועלן די מאגנאטן צעביסלעך אפגעשוואכט ווערן און די באן וועט אנהייבן לאנדן ביז עס וועט זיך גענצליך אויסלעשן. ווי שטערקער די מאגנאטן קענען זיין אלס שנעלער קען די באן פארן און זינט די באן איז איינגעשפארט צווישן אירע צוויי רעלסן האט זי שוואכע שאנסן צו קענען פאלן פון די רעלסן און מאכן אן עקסידענט.


אן אנטוויקלונג טעכנאלאגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווי דערמאנט איז שאנכאי די איינציגסטע שטאט מיט א קאמערציאלע מאגלעוו סיסטעם. די שאנכאי מאדעל איז אבער א יחיד במינו און יעדע שטאט וועלכע ארבעט אויף א מאגלעוו באן סיסטעם פרובירט אן אנדערע טעכנאלאגיע. אינדזשענירן זאגן אז עס זענען פאראן צענדליגער וועגן וויאזוי מען קען מאכן א סוקסעספולע מאגלעוו סיסטעם ווען יעדע האט מעלות און חסרונות.

די צוויי הויפט פארגייער אין מאגלעוו טעכנאלאגיע איז דייטשלאנד און יאפאן. ביידע ארבעטן אויף לאנג שטרעקיגע מאגלעוו סיסטעמען און ביידע אנטוויקלן צוויי אנדערע טעכנאלאגיעס מיט די זעלבע פרינציפן. דער הויפט חילוק וועט זיי אז די יאפאנעזע מאגלעוו וועט ערשט פארן אויף רעדער און ווען עס וועט דעגרייכן 60 קילאמעטער פער שטונדע וועלן די מאגנאטן אקטיוויזירט ווערן. איינאמל עס וועט פארן וועט זיך עס הייבן כמעט 4 אינטשעס און עס וועט פארמאגן א ספעציעלע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וועלכע וועט לייגן עלעקטראמאגנאטישע כוחות אין רעזערוו אין פאל פון אן עלעקטריציטעט אויסשאלטערונג. אין אזא פאל וועט די באן נידערן איר ספיד ביז עס וועט דעגרייכן א נארמאלע באן ספיד און קאנווענציאלע מאטארן וועלן ווייטער פירן די באן אויף אירע ראבערנע רעדער.

די דייטשע סיסטעם וועט שטענדיג זיין אין דער לופטן, אפילו ווען עס פארט נישט, אבער נאר מיט א דריטל פון א אינטש. דער סיסטעם וועט אינסטאלירט ווערן מיט א מאסיווע באטערי בעקאפ סיסטעם וועלכע וועט קענען פירן עטליכע באנען פאר צענדליגער מינוטן ביז עס וועט קומען צו א געהעריגע אפשטעל.

די דייטשע פירמע וועלכע וועט מאכן די דייטשע סיסטעם אין מינכן איז די זעלבע פירמע וועלכע האט געמאכט די סיסטעם אין שאנכאי. די פירמע אפטימיסטיש פאר דעם צוקונפט פון מאגלעוו און האט שוין אליינס דעזיינט 12 פראטאטיפן פון אנדערע טעכנאלאגיעס.