ליסא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קאארדינאטן: 51°51′N 16°34′E / 51.85, 16.567

ליסא (פויליש: Leszno לעשנא; דייטשיש: Lissa) איז א שטאט אין מערב פוילן מיט 63,955 איינוואוינער (2008). ליסא געפינט זיך אין דרום פון דער גרויספוילישע וואיעוואדעשאפט.

פון דער צווייטער טיילונג פון פוילן אין 1793 ביז נאכן ערשטן וועלט קריג איז ליסא געווען די הויפטשטאט פון פאזנער פראווינץ, מערב פרייסן.

עס איז פון די באקאנטסטע שטעט ביי אידן צוליב דעם וואס הרב יעקב לארבערבוים, מחבר פון נתיבות המשפט, איז דארטן געווען רב, אויך איז ער באקאנט מיטן זיינע אנדערע חיבורים, חוות דעת און חק יעקב.

אין 1900 האבן געוואוינט 1206 יידן אין ליסא.[1]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]