יעקב לארבערבוים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

הרב יעקב לארבערבוים זצ"ל (ה'תק"ל - ו' שבט ה'תקצ"ב) איז געווען רב אין ליסא, באקאנט אויף די נעמען פון זיינע ספרים דער חוות דעת אדער דער נתיבות.

אינהאַלט

[באַאַרבעטן] אפשטאם

רבי יעקב איז געבוירן אין יאר ה'תק"ל צו זיין פאטער רבי יעקב משה, רב אין זבאראוו, רבי יעקב איז געבוירן נאך זיין פאטער'ס פטירה.

[באַאַרבעטן] רבנות

רבי יעקב האט געלערנט ביי זיין פעטער רבי יוסף תאומים, רב אין בורשטיין, נאכהער אין טיסמעניץ ביי רבי משולם איגרא.

נאך זיין חתונה האט רבי יעקב אינוועסטירט זיין געלט מיט א שותף רבי אברהם זיידנפעלד, אין א בראנפן ברענעריי, נאך וואס דער שותף האט באנקראטירט האט רבי יעקב נישט מער געהאט קיין ברירה, און אנגענומען צו זיין א רב, ערשטענס אין מאנאסטריטש און פון דארט איז ער אריבער קיין קאלוש, גאליציע, אומגעפער אין יאר ה'תק"ן. אין יאר ה'תקס"ט איז רבי יעקב אויפגענומען געוווארן רב אין ליסא, פוילן. אין יאר ה'תקפ"א איז רבי יעקב צוריק געפארן אין גאליציע, דארט איז ער אויפגענומען אלס רב אין סטרי.

[באַאַרבעטן] הסתלקות

רבי יעקב איז נפטר געווארן אין סטרי כ"ה אייר ה'תקצ"ב.

[באַאַרבעטן] זיין פאמיליע

רבי יעקב האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון דעם גביר רבי נפתלי הירצל פון די אנגעזענע יידן פון סטאניסלאוו. בזיווג שני האט רבי יעקב געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון רבי יאקיל אשכנזי פון רימאנאוו.

זיינע קינדער:

  • הרב נתן נטע לארבערבוים.
  • הרב מרדכי אריה יהודה לייב, פון צפת.
  • מרת חיה, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי צבי הירש תאומם פון קאלוש.
  • מרת בריינדל

[באַאַרבעטן] זיינע ספרים

  • חוות דעת- יורה דעה
  • מעשה ניסים - הגדה של פסח
  • מקור חיים - הלכות פסח
  • נתיבות המשפט - חושן משפט
  • תורת גיטין - מסכת און הלכות גיטין
  • בית יעקב - מסכת און הלכות כתובות
  • דרך חיים - סידור תפלה
  • קהלת יעקב - אבן העזר
  • נחלת יעקב - אגדות הש"ס
  • אמת ליעקב - אגדות הש"ס
  • צוואת הגאונים
  • תיקון עירובין
פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן