לוגאנסק גובערניע

פֿון װיקיפּעדיע
לוגאנסק (אבלאסט)
Луганська область
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע 3סטן יוני 1938
שטעט אין ראַיאָן 37
הויפּטשטאָט פון אבלאסט לוגאנסק
שטח 26,684 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין אבלאסט

2,121,322‏  (שטייענדיג 2021)
צײַט זאָנע UTC+2

לוגאנסק גובערניע (אוקראיניש: Луганська область), אויך באקאנט אונטערן נאמען לוגאנשטשינא (אוקראיניש: Луганщина), איז אן אבלאסט (גובערניע) פון אוקראינע. איר הויפטשטאט איז לוגאנסק. זייט 3טן מיי 2022 איז די גובערניע אונטער דער אקופאציע פון לוגאנסקער פאלקסרעפובליק.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לוגאנסק גובערניע האט א שטח סה״כ פון 24.588 ק״מ, און געפינט זיך אין מזרח אוקראינע. צום צפון איז די בעלגאראד גובערניע פון רוסלאנד, צום צפון־מזרח – די וואראנעזש גובערניע פון רוסלאנד, צום מזרח – די ראסטאוו גובערניע פון רוסלאנד. צום מערב ליגט דאנעצק גובערניע און צום צפון־מערב איז כארקעוו גובערניע.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לוגאנסק גובערניע איז געשאפן געווארן 3סטן יוני 1938 אונטערן נאמען „וואראשילאווגראד גובערניע”. בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה ווערט זי אקופירט דורך נאצי דייטשלאנד פון 1942–1943. די גובערניע איז געהאט באנאמענט געווארן לכבוד קלימענט וואראשילאוו, א סאוויעטישער גענעראל. אין 1954 האט מען עס אנגערופן מיט אן אנדער נאמען – לוגאנסק גובערניע.[1]

אין 1994 איז געווען א רעפערענדום אין די לוגאנסקער און דאנעצקער גובערניעס כדי צו אנערקענען רוסיש ווי א נאציאנאלע שפראך.די רעפערענדום, אבער, איז געווארן אנולירט פונעם אוקראינישן רעגירונג.[2][3]

אין 2014 ווערט די גובערניע אקופירט דורך רוסישע סעפאראטיסטן, וועלכע האבן דעקלארירט די לוגאנסקע פאלקסרעפובליק. זינט 2014 פירן זיי א שלאכט מיט אוקראינע.[4] און זינט יולי 2022 קאנטראלירן זיי 100% פון דער גובערניע.[5][6][7]

שטעט אין לוגאנסקער גובערניע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • לוגאנסק
  • אלטשעווסק
  • סיעוויעראדאנעצק
  • ליסיטשאנסק
  • כרוסטאלני

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]