ישיבה מרכז הרב שחיטה
פֿון װיקיפּעדיע
אין דעם 6טן מערץ 2008 איז אַ באַװאָפֿנטער פּאַלעסטינער אַרײַן אין בית מדרש פֿון מרכז הרב אין ירושלים און געהרגעט 8 יונגע תלמידים און פֿאַרװוּנדעט 15. דער אטענטאט האט געטראפן נאך א לאנגער צייט וואס איז נישט פארגעקומען קיין טעראר אטאקעס אין ירושלים.
[באַאַרבעטן] דער אטענטאט
דער טעראריסט "אלא אישאם אבו דיים" א 25 יעריקער פון דזשאבעל מוקאבער האט זיט אריינגעריסן 20:40 א זייגער אין דער ביבליאטעק פון דער מרכז הרב ישיבה, דערהרגעט 8 תלמידים און פארווונדעט 15 אנדערע. אין 20 מינוט ארום איז דער טעראריסט דערשאסן געווארן דורך א ישיבה גראדואנט, קאפיטאן דוד שפירא, וואס וווֹינט נעבן דער ישיבה.
אונטער דעם טעראר איז געשטאנען על אקסא מארטירער בריגאדע פון דעם פאטאך און חופשיי הגליל (די גלילס אויסלייזער) ארגאניזאציע.
[באַאַרבעטן] די קרבנות
די געהרגעטע זענען:
- נריה כהן
ֻ* שגב פניאל אביחיל