יקותיאל יהודה האלבערשטאם (שינאווא)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרנ"ג - ה'תש"ג), שינאווער רבי אין צאנז.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יקותיאל יהודה איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרנ"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם פון שינאווא, א זון פון הרב משה האלבערשטאם רב אין שינאווא, א זון פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים, רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים, רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון דעם ישמח משה.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יקותיאל יהודה איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, שינאווער רבי אין צאנז.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יקותיאל יהודה איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ב (אומגעפער) מיט זיין פאמיליע הי"ד.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרע"ב האט רבי יקותיאל יהודה געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל שפירא רב אין רעדים, א זון פון הרב מנחם מענדל פנחס שפירא רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב אלעזר שפירא פון לאנצהוט.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר