יושע פישמאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
שיקל פישמאן ביי איינע פון זיינע אויפטריטן אין אוניווערסיטעטן לטובת א קליינע שפראך

יושע אהרן פֿישמאן — מער באקאנט מיט זיין צונאמען שיקל פישמאן—(געבוירן 1926) איז וועלט-בארימט אלס א ברייט-פארצווייגטער ווייט-גרייכענדער אידישיסט, אין אמת'ן אריין נישט נאר לטובת אידיש נאר אויך א כללית'דיגער עסקן פאר אלע מיניאריטעט שפראכן.

ער איז געבוירן אין וואוינט נאך היינט אין פילאדעלפיע דארטן זיך געהאדעוועט אין פובליק שולע אבער זיין אידישיסטישער טאטע האט אין אים אנגעצינדן א רייץ אן אהבה צו דער אידישער מאמע לשון - יעדן טאג ביים נאכטמאל האט ער געהאקט אין טיש און געפאדערט פון די קינדער: וואס האט איר היינט אויפגעטאן פאר אונזער יידישער שפראך?!

אלס בחור האט ער געלערנט תורה עם דרך ארץ אין ישיבה אוניווערסיטעט.

אין 1948 איז ער געווען א תלמיד פון דעם גרויסן אידישן לינגוויסטיגער מאקס וויינרייך.

ער האט א פי.עיטש.די. אין די שטודיע פון מיניאריטעט חינוך.

ער איז געווען אן סגן פראפעסער אויף פסיכיאלאגיע אין פען אוניווערסיטעט און האט שפעטער פארנומען אסאך פראפאסארישע שטעלעס אין פארשידענע אוניווערסיטעטן ארום אמעריקע אינעם לינגוויסטיק געביט.

ער האט שוין אפגעשריבן הונדערטער ווערק און ארטיקלען לגבי וויאזוי צו ראטעווען - און בכלל ארום די מצב פון קליינע שפראכן.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]