יורי גאגארין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

יורי גאַגאַרין (רוסיש: Юрий Алексеевич Гагарин; ענגליש: Yuri Gagarin) - געבױרן דעם 9טן מערץ 1934 אינעם דאָרף קלושינאָ לעבן גזשאַצק, מערבדיקער (איצט סמאָלענסקער) געגנט (רוסלאַנד); טראַגיש אומגעקומען בעתן אױספּרוּװן אַ נײַעם אַעראָפּלאַן דעם 27סטן מערץ 1968 לעבן דער שטאָט קירזשאַטש, װלאַדימירער געגנט (רוסלאַנד).

אַ סאָװעטישער קאָסמאָנױט, יורי גאַגאַרין איז געװען דער ערשטער מענטש אין דער װעלט-געשיכטע, װעלכער האָט אױסגעפֿירט אַ פֿלוג אַרום דעם ערד-קײַלעך אױף דער קאָסמאָס-שיף "װאָסטאָק" דעם 12טן אַפּריל 1961.