יהונתן אייבעשיץ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רבי יהונתן אייבעשיץ

רבי יהונתן אייבעשיץ (ה'ת"ן, 1690, קראקע, פוילןכ"א אלול ה'תקכ"ד, 18טן סעפטעמבער 1764, אלטאנע) איז געווען א פוסק, דרשן, מפרש, מקובל און א ראש ישיבה אין אייראפע. פון תק"י איז ער געווען רב אין דער דרייפאכיגער קהילה: אלטאנע, האמבורג און וואנדסבעק.

לעבנסגעשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

יהונתן אייבעשיץ איז געבוירן געווארן אין קראקע, פוילן. צו זיין פאטער, רבי נתן נטע, רב פון דער יידישער קהילה אין אייבעשיץ (Eibenschütz), מעהרן, און צו זיין מוטער מרת שיינדל. דער יונגער אייבעשיץ איז געווען אן עילוי. נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט ער געלערנט אין דער ישיבה פונעם מהר"ם אַ"ש אין פראסטיץ, און דערנאך אין העלעשוי (Holleschau). א קורצע צייט האט ער געוואוינט אין ווין.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פונעם אב"ד פון בומסלא, און זיי האבן געוואוינט צוויי יאר אין האמבורג ביי ר' מרדכי הכהן, איר זיידע פון דער מאמע'ס זייט.

אין ה'תע"ה האט ער זיך באזעצט אין פראג, בעהמען, וואו ער איז געווארן ראש ישיבה און א בארימטער דרשן. די יידן אין פראג האבן געהאלטן פון אים שטארק, א צווייטער נאר צו רבי דוד אפנהיים. דורך זיין השפעה האט מען ווידעראמאל באקומען רשות צו דרוקן א ש"ס אין פראג, וואס פריער האט דער פויבסט געאסר'ט. אבער דער רעגירונג האבן געפאדערט אז מען טאר נישט ניצן דאס ווארט "תלמוד", און איז זיין ארט האט רבי יהונתן געניצט "הלכות". מ'האט געדרוקט מסכת ברכות מיטן נאעמן "הלכות ברכות" צוזאמען מיטן רא"ש, מהרש"ל, מהרש"א און הלכות פונעם רמב"ם, אין יאר תפ"ז. מען האט דורכגעלאזט עטלעכע אגדתא, מיט דער הסכמה פונעם פראגער בית דין אונטער הרב דוד אפנהיים. ביי די אנדערע מסכתות האט מען אויפגעהערט די ארבעט, ווייל די רעגירונג האט געפאדערט צופיל דורכלאזן.

אין תק"א, ווען פראנקרייך האט איינגענומען פראג, איז הרב יהונתן באשטימט געווארן רב פון מיץ, פראנקרייך, וואו ער האט געדינט אין רבנות ניין יאר.

אחרונים ראשונים גאונים סבוראים אמוראים תנאים זוגות

ספרי רבי יהונתן אייבשיץ

אהבת יהונתן · אורים ותומים · בינה לעתים · בני אהובה · ברכת יהונתן · גבורת יהונתן · דברי יהונתן · דעת יהונתן · חסדי יהונתן · חצי יהונתן · יערות דבש · כרתי ופלתי · לוחת עדות · מאמר יהונתן · מגן אלף · מדרש יהונתן · מתוק מדבש · נפש יהונתן · קשת יהונתן · שר האלף · תפארת יהונתן · תפארת ישראל