יהויקים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

יהויקים דער זון פון יהואחז מיט "זְבוּדָּה בַת-פְּדָיָה" איז געווען דער 18טער קעניג אויף מלכות יהודה אין פארלויף פון 11 יאר אין ירושלים, ער איז געווארן קעניג אין יאר ג'קנ"ב. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געווען 25 יאר אלט, נאך וואס זיין טאטע יהואחז איז פארשיקט געווארן דורך פרעה (קעניג פון מצרים).

פרעה באקרוינט יהויקים וואס איז געוועזן פרא מצרים (נאך וואס ער בייט אים זיין נאמען פון "אליקים" צו "יהויקים"), און פארשיקט זיין פאטער יהואחז אין מצרים וואס איז ווארשיינליך געוועזן פרא אשור.

לויט ווי עס שטייט אין ספר מלכים (פרק כ"ג) האט יהויקים געזינדיקט פאר גאט אזוי ווי די פריעריגע מלכים וואס האבן געזינדיקט.

אין די צייט וואס יהויקים האט געקעניגט, האט אשור זיך אונטערגעגעבן צו בבל, און פון דאן איז אשור אראפ אינגאנצן פון די מאפע. נאכער האבן די בבלים באלאגערט ירושלים אין פארלויף פון 3 יאר. אין מיטן די 3 יאר איז יהויקים געשטארבן, און זיין זון יהויכין איז געווארן קעניג.

די יארן פון די מלכות יהודהס ארויפגאנג
רחבעם אבים אסא יהושפט יהורם אחזיהו עתליה יהואש אמציה עוזיהו
928- 911- 908- 867- 846- 843- 842- 836- 798- 769-
יותם אחז חזקיהו מנשה אמון יאשיהו יהואחז יהויקים יהויכין צדקיהו
758- 733- 727- 698- 641- 639- 609- 608- 597- 596-
הורדוס ארקילאוס
37- 4-
די יארן הייבן זיך אן פון פאר דער נוצרישער ציילונג