יאפאנעזער יען

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
באנקנאטן פון יאפאנעזער יען

דער יאַפאַנעזער יען (יאפאניש: 円 אדער 圓; צייכן: ¥, קאד: JPY) איז די אפיציעלע וואלוטע פון יאפאן. ער איז די דריטע מערסטע באהאנדלטע וואלוטע אין דער וועלט נאכן פאראייניגטע שטאטן דאלאר און דעם איירא.[1] ער איז אויך ברייט באניצט ווי א רעזערוו וואלוטע נאך די דאלאר, איירא און דעם פונט סטערלינג.

די מטבעות זענען גאנץ קליין; זיי גייען פון ¥1 ביז ¥500. דער גרעסטער באנקנאט איז ¥10000.

רעפערענצן [באַאַרבעטן]