טשארלס דארווין
טשארלס דארווין (Charles Darwin; 12טן פעברואר 1809 - 19טן אפריל 1882), איז דער דערפינדער פון דער נאטירלעכע סעלעקציע טעאָריע װעלכע איז מסביר די עװאָלוציע טעאָריע, וואס לייקנט אפ בריאת שמים וארץ דורך גאָט, און באהויפטעט אז די וועלט איז באשאפן געוואָרן בהדרגה, דורך איין פינציקע מיקראָב מיט ביליאָנען אדער טריליאָנען יארן צוריק, און איז צושטאנד געקומען דורך עוואלוציע, אָן קיין באשעפער.
טשארלס דארווין איז געווען א בריטישער פיזיקער פארשער און וויסנשאפטלער, האָט אין 1859 ארויסגעגעבן א בוך, The Origin of Species, וווּ ער אנטדעקט זיין טעאָריע.
פון אָנהייב האָט די וועלט געלאכט פון זײַן טעאָריע וואָס האָט קיין גרונט נישט געהאט. אין די שפעטערע יאָרן האָט די וויסנשאפטלעכע וועלט מער און מער אָנגעהויבן גלייבן אין זײַן טעאָריע.
[באַאַרבעטן] זײַן לעבן
דער יונגער טשארלס האָט געשטרעבט זיך צו באהעפטן אין רעליגיע און ווערן א גלח, האָט ער אויסגעוועלט צו שטודירן די וועגן פון דעם באשעפער פון דער וועלט און זיך ארײַנגעלאָזט אין א לענגערער פאָרשונג וואָס האָט אין סוף אָנטוישט אין זײַן גלויבן און געוואָרן אן אפיקורס. הגם ער האָט געלייקנט אז ער איז אן אטעאיסט האָט ער קלאָר מודה געווען אז ער איז אן אגנאָסטיק.
קודם איז ער געפאָרן צו א געוויסע געגנט אין בראזיל נעבן דעם אמאזאָנאס, וואס הייסט גאלאפאגאָס, ווײַל דאָרטן איז פאראן דער מערסטער און גרעסטער אויסוואל פון אלע מינים באשעפענישן. דאָרטן האָט ער באאָבאכטעט און ווײַטער דערלערנט אז גאָט איז נישט אזא גוטער, ווי ער האָט פריער געהאלטן. און עס איז דאָ א סאך רציחה און בלוט–פארגיסונג אין באשפעניש.
אין 1851 איז זײַן טאָכטער איז אוועק און די טראגעדיע האָט אים שאָקירט אז ער האָט געטוישט זײַן גלויבן פון א שלעכטן גאָט, וואס ער האָט אבזערווירט זעענדיק באשעפענישן וואָס ליידן, ווי עבדים וואָס ווערן פארקויפט ווי חפצים, און חיות וואָס ווערן אויפגעגעסן פון שטערקערע חיות. ביז זײַן משפחה אויפשאָקעלונג וואָס ער האָט זיך ענדלעך אויפגעשאָקעלט פון א גאָט און געוואָרן אויס גלייבער אין א גאָט.
דארווין האָט זיך נישט דערקלערט אפיקורס פון בלויז שכל נאָר אין דער סוף צוליב געפיל[פֿעלט אַ מקור] פון א פערזענלעכער קאטאסטראָפע וואָס האָט אים באטראָפן.