לדלג לתוכן

טשארלס דארווין

פֿון װיקיפּעדיע
טשאַרלס דאַרװין
Charles Robert Darwin
טשאַרלס דאַרװין
געבורט 12 פעברואר 1809
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 19 אפריל 1882 (אלט 73)
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט ענגלאנד
קבורה ארט וועסטמינסטער אבי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פרעמיעס און פארערונג קאפלי מעדאל, 1864
הויפט ביישטייערן
עוואלוציע טעאריע
דארוויניזם
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

טשאַרלס ראבערט דאַרװין (ענגליש: Charles Robert Darwin[dɑːrwɪn])[1] ; ‏ 12טן פעברואר 1809 - 19טן אפריל 1882), איז געװען אַ בריטישער נאטוראליסט, געאלאג און ביאלאג. ער איז בעסט באוואוסט פאר זיינע ביישטייערונגען צו דער עװאָלוציע טעאָריע דורך נאטירלעכע סעלעקציע,[2] װאָס ער האָט ערשט באַשריבן אין זײַן בוך "װעגן דער אנטשטייוּנג פֿון זגאַלן" (ענגליש: On the Origin of Species) אין 1859. ער האט געהאלטן אז אלע זגאלן פון לעבן שטאמען במשך די יארן פון איינציקע אבות.[3] צוזאמען מיט אלפרעד ראסל וואלאס האט ער איינגעפירט זיין טעאריע אז די פארצווייגונג פון עוואלוציע קומט פון א פראצעס וואס ער האט גערופן נאטירלעכע סעלעקציע, אין וואס באשעפענישן קעמפן פאר עקזיסטענץ.[4]

זײַן טעאָריע האָט אַרױסגערופֿן אַ גרױסע כװאַליע פֿון דיסקוסיעס, װאָס װערן ממשך געװען ביז הײַנטיקן טאָג, און איז געװען זײער אַ װיכטיקער שריט אין דער געשיכטע פֿון אַלע ביאָלאָגישע לימודים.

טשארלס ראבערט דארווין איז געבוירן געווארן אין שראזבורי, שראפשיר, אום 12טן פעברואר 1809, אין דער היים פון זיין פאמיליע, דער מאנט.[5][6] ער איז געווען דער פינפטער פון זעקס קינדער פון דעם גבירישן הויכע־פענצטער דאקטער און פינאנציער ראבערט דארווין און זיין ווייב סוזאנא דארווין (געבוירן וועדזשוואוד). ער איז געווען דער אייניקל פון צוויי פראמינענטע אפשאפניקן: עראזמוס דארווין אויף זיין פאטער׳ס זייט און דזשאזייע וועדזשוואוד אויף זיין מוטער׳ס זייט.

יולי 1817 איז זיין מוטער געשטארבן. אין סעפטעמבער 1818 איז ער געגאנגען, מיט זיין עלטערן ברודער עראזמוס, לערנען אין דער אנגליקאנישער שראזבורי שולע ווי א קווארטיראנט. דעם זומער פון 1825 האט דארווין פארברענגט ווי א לערניינגל־דאקטער, און האט געהאלפן זיין פאטער באהאנדלען די ארעמעלייט פון שראפשיר. נאכדעם איז ער געגאנגען שטודירן אין דעם אוניווערסיטעט פון עדינבורג מעדיצין־שולע (אין יענע צייטן, די בעסטע מעדיצין־שולע אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך) צוזאמען מיט זיין ברודער עראזמוס אין סעפטעמבער 1825.

דארווין איז געווען נאכלעסיק אין זיינע שטודיעס פון מעדיצין, און דאס האט פארדראסן זיין פאטער, וואס האט אים געשיקט שטודירן אין קרייסט קאלעדזש, קעמברידזש, , כדי צו שטודירן פאר א באטשעלאר פון ארטס דיפלאם, וואס וועט זיין דער ערשטער שטאפל צו ווערן אן אנגליקאנישער לאנד-גלח. אזוי ווי דארווין איז נישט געווען קוואליפיצירט פאר דעם טריפאס, האט ער זיך איינגעשריבן פארן געוויינלעכן דיפלאם קורס אין יאנואר 1828.[7] ער האט אבער געוואלט פארברענגען זיין צייט רייטן פערד און שיסן בעסער ווי שטודירן. זיין שוועסטער־קינד וויליאם דארווין פאקס האט אים אנערקענט מיטן דעמאלסטיקן מנהג פון זאמלען זשוקעס; דארווין איז געווארן משוגע אויף דעם און האט אפילו פארעפנטלעכט זיינע חידושים אין Illustrations of British entomology (אילוסטראציעס פון בריטישער ענטאמאלאגיע). ער איז געווארן א גוטער פריינד און נאכפאלגער פון פראפעסאר פון באטאניק דזשאן סטיוונס הענזלא און האט געטראפן אנדערע פירנדע גלחים־נאטוראליסטן וואס האבן געהאלטן וויסנשאפטלעכע ווערק ווי רעליגיעזע נאטירלעכע טעאלאגיע, און דארווין איז געווארן באוואוסט צו זיי ווי "דער מענטש וואס שפאצירט מיט הענזלא". ווען ס'איז געקומען נענטער צו דער צייט פון זיינע עקסאמען האט דארווין זיך צוגעשטעלט צו זיין שטודירן.[8] אין זיין לעצטע עקסאם אין יאנואר 1831 דארווין האט זיך גוט אויסגעוויזן, און פון 178 קאנדידאטן פאר דעם געוויינלעכן דיפלאם איז ער געווען דער צענטער אין ראנג.[9]

דער יונגער טשאַרלס האָט געשטרעבט זיך צו באַהעפֿטן אין רעליגיע און װערן אַ גלח. אַ סך יאָרן האָט ער געטראַכטעט װעגן דעם גאָט און צום סוף האָט ער אָנטוישט אין זײַן גלױבן און געװאָרן אַן אפיקורס. הגם ער האָט געלײקנט אז ער איז אן אטעיסט האָט ער קלאָר מודה געווען אז ער איז אן אגנאָסטיק. זײַנע װיסנשאפשׂטלעכע באַאָבאַכטונגען װעגן "אומפֿולקומקײטן" פֿון דער נאַטור בשעת און דער טױט פֿון זײַן טאָכטער האָבן געשפּילט די װיכטיקסטע ראָלעס פֿאַר אַנטװיקלונג פֿון זײַנע גלױבן.

ער איז געפאָרן צו א געוויסן געגנט אין בראזיל לעבן דעם אמאזאָנאס, וואס הייסט גאלאפאגאָס, ווײַל דאָרטן איז פאראן דער מערסטער און גרעסטער אויסוואל פון אלע מינים באשעפענישן. דאָרטן האָט ער באאָבאכטעט און ווײַטער דערלערנט אז גאָט איז נישט אזא גוטער, ווי ער האָט פריער געהאלטן. און עס איז דאָ א סאך רציחה און בלוט–פארגיסונג אין דעם באשעפעניש.

נסיעה פון דער ביגל שיף

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
די נסיעה פון דער ביגל פון פלימוט, ענגלאנד, דרום ביז די קאפווערדישע אינזלען, דערנאך דרום־מערב אריבער דעם אטלאנטישן אקעאן קיין באהיא, בראזיל, דרום ביז ריא דע זשאנערא, מאנטעווידעא, די פאלקלאנד אינזלען, ארום דעם עק פון דרום אמעריקע, דערנאך צפון קיין , טשילע, און קאלאא. צפון־מערב צו די גאלאפאגאס אינזלען, און ווייטער מערב אריבער דעם פאציפישן אקעאן קיין ניי זילאנד, סידני, האבארט אין טאסמאניע, און קינג דזשארדזש׳ס סאנד אין מערב אויסטראליע. צפון־מערב צו די קילינג אינזלען, דרום־מערב קיין מאריציוס און קאפשטאט, דערנאך צפון־מערב קיין באהיא און צפון־מזרח צוריק קיין פלימוט.


דארווין האט פארברענגט כמעט פינף יאר אויף א קעניגלעכן ים־פלאט אויספארשונג שיף, דער ביגל.[10] ער איז געווען דער גאסט נאטוראליסט, דאס הייסט ער איז געווען פאראנטווארטלעך פאר מאכן זאמלונגען און שרייבן הערות וועגן די בעלי חיים, פלאנצן און דער געאלאגיע פון די לענדער זיי האבן באזוכט. די מאנשאפט פון דער שיף האבן געמאכט קארטעס פון אלע בארטן שטחים, וואס דער ים־פלאט האט געקענט באניצן ווי נאר פארן זיי אין דער וועלט. דאס איז געווען א צייט ווען בריטאניע האט געהאט דעם גרעסטן ים־פלאט אין דער וועלט, און אן אימפעריע וואס איז געווען גלאבאל.

די נסיעה האט אנגעהויבן דעם 27סטן דעצעמבער 1831. ער האט אלץ אויפגעשריבן גענוי סיי זיינע אבזערוואציעס סיי זיינע טעארעטישע ספעקולאציעס, און פון צייט צו צייט במשך דער נסיעה האט מען געשיקט זיינע עקזעמפלארן קיין קעמברידזש, צוזאמען מיט בריוון פאר זיין פאמיליע .[11]

דארווין האט געזאמלט איבעראל ווי די שיף האט געלאנדעט. ער האט געטראפן ריזעדיקע פאסילן פון לעצטנדיקע אויסגעשטארבענע זויגערס, האט איבערגעלעבט אן ערדציטערניש אין טשילע, און האט באמערקט אז די ערד האט זיך געהויבן. ער האט געוואוסט אז עס זענען פאראן געהויבענע פלאזשעס אנדערש וואו, הויך אין די אַנדן, מיט פאסיל־ים־מושלען און ביימער וואס האבן אמאל געוואקסן אויף א זאמדיקער פלאזשע. ס׳איז געווען ביי אים קלאר אז די ערד ענדערט זיך כסדר, זי הייבט זיך דא און זינקט דארט. ער האט געזאמלט פויגלען און אינסעקטן, וואס ער האט געשיקט פון צייט צו צייט צוריק אין קעמברידזש פאר די מבינים צו אידענטיפיצירן.

דארווין איז געווען דער ערשטער אפגעגעבענער נאטוראליסט צו באזוכן די גאלאפאגאס אינזלען, לעבן דעם מערב בארטן פון עקוואדאר. ער האט באמערקט אז טייל פויגלען זענען געווען ענלעך צו די שפעטלערס אויף דער יבשה, אבער גענוג אנדערש צו געהערן צו אן אנדער זגאַל. ער האט זיך געחידוש׳ט אז עס זענען געווארן אזוי פיל נייע זגאלן אויף די דאזיקע אינזלען.

ווען דארוויקן איז צוריקגעקומען קיין ענגלאנד האט ער באארבעט א סעריע פון וויסנשאפטלעכע וועגן דער נסיעה, און האט געשריבן א פערזענלעכן זשורנאל וואס מען רופט היינט די נסיעה פון דעם ביגל. דאס איז איינע פון די גרויסע נאטור־געשיכטע רייזע־טאגביכער.[12]

אום 24סטן יאנואר 1839 האט מען געוויילט דארווין א חבר פון דער קעניגלעכער געזעלשאפט (Fellow of the Royal Society).[13][14]

אום 29סטן יאנואר 1839 האט דארווין געהייראט זיין שוועסטער־קינד, עמא וועדזשוואוד, עלטער פון אים מיט ניין מאנאטן. דאס יונגע פארפאלק האבן געוואוינט צוערשט אין לאנדאן.[15]

אין סעפטעמבער 1842 האט דארווין, וואס האט שוין געהאט צוויי קינדער מיט זיין ווייב עמא, געקויפט דוין הויז אין דעם דארף דוין, נישט ווייט פון בראמלי אין קענט. דארט האט ער אויסגעלעבט זיינע טעג. היינט איז דאס הויז און זיינע אינהאלט אפן צום קהל.

זײַנע װיסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געװען אַ באַרימטער ספּעציאַליסט אין סיסטעמאַטיק פֿון די זיציקע קרעבסן Cirripedia (ים־אײכלען).

  1. "Darwin" (ארכיווירט 18.07.2014 ביי דער Wayback Machine) entry in Collins English Dictionary.
  2. Desmond, Moore & Browne 2004
  3. Coyne, Jerry A. (2009). Why Evolution is True. Viking, 8–11. ISBN 978-0-670-02053-9. 
  4. Larson 2004, pp. 79–111
  5. Desmond, Adrian J. (13 September 2002). "Charles Darwin". Encyclopædia Britannica. Retrieved 11 February 2018. 
  6. John H. Wahlert (‏11טן יוני 2001). The Mount House, Shrewsbury, England (Charles Darwin). Darwin and Darwinism. Baruch College. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 22סטן יוני 2012. דערגרייכט דעם 26סטן נאוועמבער 2008.
  7. Browne 1995, pp. 47–48, 89–91Desmond & Moore 2009, pp. 47–48
  8. Desmond & Moore 1991, pp. 73–79Darwin 1958, pp. 57–67
  9. Browne 1995, p. 97
  10. Browne, Janet 1995. Charles Darwin: vol. 1 Voyaging, Part 2 The Travellor. Cape, London. ISBN 1-84413-314-1
  11. van Wyhe 2008b, pp. 18–21
  12. Browne, Janet 1995. Charles Darwin: vol. 1 Voyaging. Cape, London. ISBN 1-84413-314-1
  13. Fellows of the Royal Society. Royal Society. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2015-03-16.
  14. Desmond & Moore 1991, pp. 272–279
  15. Desmond & Moore 1991, p. 279