טרוסקאווקע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
טרוסקאווקע
Fragaria Fruit Close-up.jpg
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: פלאנצן
אפטייל: Magnoliophyta
קלאַס: Magnoliopsida
טאלק: Rosales
פֿאַמיליע: Rosaceae
אונטערפֿאַמיליע: Rosoideae
Tribe: Potentilleae
Subtribe: Fragariinae
מין: Fragaria
געצייטיגטע טרוסקאווקעס.
ווילד וואקסענדע טרוסקאווקעס.
טרוסקאווקע בלומען און אינמיטן אנטוויקלענדע טרוסקאווקעס.
נאנטער בליק אויפן אויבערפלאך פון דער טרוסקאווקע.

טרוסקאַװקעס זענען די רויטע שרייעדיגע קאליר פרוכט וועס איז פון דער Rosaceae פאמיליע.

אנדערשט ווי אלע אנדערע פרוכט, איז די פרוכט אליין רייך מיט קערענדליך אז דאס זאל ווערן צוריק איינגעפלאנצט, און אין שפיץ פון די פרוכט האט דאס די בלעטל.

מען נוצט דאס אויך צו מאכן רויט און זיס אנדערע עסנווארג און געטראנקען.

זי איז רייך אין ווייטאמין סי.

זזזי ווערט היינט בעיקר געפלאנצט און פארשפרייט פון טשילע.

אינהאַלט

[באַאַרבעטן] ברכה

כאטש די טרוסקאַװקעס וואקסן אויף פלאנצן וואס די ווארצלען האלטן פון יאר צו יאר, דאך פירט מען זיך צומאכן אויף זיי די ברכה בורא פרי האדמה, וויבאלד די פרוכט מיט זיינע שטענגלך וואקסן פונדאסניי פון די ווארצלען יעדעס יאר, דערפאר קען מען עס נישט אנרופן פרוכט פון בוים[1] .

[באַאַרבעטן] בדיקת תולעים

עס איז פון הלכה שטאנדפונקט גאר שווער און אטייל מיינען כמעט אומעגליך צו קלויבן פון ווערעם. במשך די חדשים פון אייר און סיון תשס"ז האט זיך די אידישע וועלט שטארק געטומלט וועגן דעם פראבלעם פון תולעים אין טרוסקאווקעס, און עטלעכע חשובע הכשרים אזוי ווי עדה החרדית התאחדות הרבנים און וואלאווע האבן ארויסגעגעבן קול קורא'ס אז מען טאר נישט נוצן קיין שום פרישע טרוסקאווקעס. און שפעטער האט מען פארברייטערט דעם איסור אויך אויף געפרוירענע טרוסקאווקעס.

[באַאַרבעטן] מצוות התלויות בארץ

די טרוסקאַװקע וואקסט אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות און שמיטה.

[באַאַרבעטן] שמיטה

דער דאטום וואס פאלט אויף די טרוסקאַװקעס די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש תשרי פון דעם זיבעטן יאר, ביז חנוכה פון אכטן יאר.

[באַאַרבעטן] זעט אויך

[באַאַרבעטן] רעפערענצען

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון
  1. או"ח ר"ג סעיף ב' ורמ"א ועיין משנה ברורה סק"ג

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן