טיסא דאראגמא
www |
טיסא דאראגמא (אונגאַריש: Tiszadorogma) איז א דארף אין מזרח אונגארן אויפן טיסא טייך, 47 ק"מ דרום פון מישקאלץ. עס האט אנגעהערט אין די גלילות פון טשאטה.
עס האבן געוואוינט דארטן ביים צווייטן וועלט קריג 10-12 יידישע משפחות.
דער שוחט איז געווען הר"ר וואלף קליין הי"ד, ווען ער איז אנגעקומען אין שטעטל איז געוועזן דארטן נאר ניין אידן, און ווען ער איז אנגעקומען איז געווארן א מנין דארטן אין שטעטל. ער איז אויך געווען דער שוחט אין צוויי דערנענבעדיגע דערפער טיסא באבליאק און ארקאטא, די לעצטע איז געוועזן 9 קילאמעטער ווייט און דארטן איז געווען דער מארק פון דעם געגנט ממילא פלעגן אהין קומען אסאך בעלי בתים, און קצבים (פלייש הענדלער) און זיי פלעגן דארטן איינהאדלען שטאפ, און אזוי ווי זיי האבן מורא געהאט אז זיי זאלן נישט אויסשטארבן אינמיטן וועג צוליב זייער שווערן געוויכט, האט ער געהאט א זייטיגע פרנסה פון שחט'ן פאר די אלע קצבים וואס פלעגן קומען דארטן אייינהאנדלען דאס פלייש, און אזוי פלעגן זיי דאס טראגן צוזאמגעפאקט צו זייערע שטעט/לעך.