טויט פון עריק גארנער
דעם 17טן יולי, 2014, איז עריק גארנער (ענגליש: Eric Garner) געשטארבן אין דעם טאמקינסוויל געגנט פון סטעטן איילענד, ניו יארק, נאכדעם וואס א פאליצאנט האט אים געהאלטן ביים האלדז אויף 19 סענקונדעס.
עריק גארנער איז געווען א שווארצער מאן וועלכער איז געשטארבן נאכדעם וואס די ניו יארק סיטי פאליציי האבן אים ארעסטירט ווען ער האט נישט געוואלט זיך לאזן ארעסטירן.
כאטש רעזיסטן ארעסט איז א עוולה איז די אויפברויז דא פיל גרעסער וויבאלד ער האט נישט געשטעהלט א פיזישע ווידערשטאנד. און זיין פארברעך איז בלויז געווען פארקויפן אומלעגאלע ציגארעטלעך.
גרענד דזשורי באשלוס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די גרענד דזשורי האט דעם דריטן אין דעצעמבער באשלאסן אז עס איז נישטא גענוג באווייזן צו שטעהלן דעם אכזריות'דיגן פאליציאנט פאר א געריכט.
דער הסבר איז, ווייל כאטש עס יא דא קלארע ווידיאו פון די הארצלאזע רציחה, און פון זיינע לעצטע פארצווייפלטע בעהטענישן עטליכע מאל: איך קען נישט אטעמען, איך קען נישט אטעמען, אבער וויבאלד ער האט זיך נישט געלאזט ארעסטירן איז דער פאליציאנט גערעכט לויטן געזעץ.
רעאקציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער פאלק איז שטארק אויפגעברויזט און האלט אז די פאליציי באנוצט זיך מיט צופיהל מאכט. ספיציעל איז דער באשלוס קריטיקירט געווארן דורך מייקל סעוועדזש א קאנסערוואטיוו וועלכע נעמט זיך געווענליך יא אהן פאר די פאליציי.
העדליינס אין די צייטונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דעילי ניוס מיר קענען נישט אטעמען
וועב
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ווידעא פון דער מעשה
- מייקל סעוועדזש שאו איבער די באשלוס פונעם גרענד דזשורי https://www.youtube.com/watch?v=wUnucbfM1Bg
- די נייעס אויף אידישע וועלט http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=23611
- אויף קאווע שטיבל http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=7682
- ביי פאליש http://freemorgen.com/forum/viewtopic.php?p=12220#p12220