פאפיראס
פֿון װיקיפּעדיע
ציגעארעט אדער פאַפיראָס איז א פראדוקט וואס ווערט גערייכערט און אויפגענוצט דורך רייכערן און פאבריצירט פון אויסגעארבעטע און געשניטענע טאבאק בלעטער, וואס זענען קאמביאנירט מיט אנדערע אדיקטיווע סובסטאנצן, דאן איז דאס צאמגעדרייט און אנגעשטאפט אריין אין א פאפירן בינטל צילינדער (געוויינליך ווינציגער ווי 120 ממ אין לענג און 10 ממ אין דיאמעטער).
דער פאַפיראס ווערן אונטערגעצינדן פון איין עק און אזוי ארום ערמעגליכט צו ברענען פאר דער ציל פון אריינציען און אריינאטעמען זיין רויך פון דער אנדערער זייט פאַפיראס וואס ליגט געוויינלך אין מויל (דורך א פילטער), טייל איז דאס אויך אין מויל דורך א פאַפיראס האלטער (ווי למשל פסח וועגן חשש חמץ פון די פילטערס).
רוב מאל ווען דער אלגעמיינער עולם רעדט פון ציגארעטל רייכערן איז דאס טאקע מייסטענס פשוט'ע טאבאק. אבער פיל מאל בעיקר די איגענטליכע ווען זיי רייכערן קען דאס אנטהאלטן אנדערע געוויקסן ווי קאנאביס.
פאפיראסן זענען אויפגעוויזן לויט אלע דאקטוירים אלס זייער אדיקטיוו, ווי אויך דער גורם צו פארשידענע סארטן קענסער, הארץ פראבלעמן, אטעמען קראנקייטן, צירקולאציע קראנקייטן, און געבורט אפעקטירונגען.
א פאפיראס איז אנדערשט ווי א ציגאר מיט דאס וואס עס איז פשוט קלענער,דאס וואס עס האט געוויינליך פראצעסירט בלעטער. ציגארן זענען טיפיש צאמגעשטעלט פון גאנצעטע טאבאק בלעטער.
[באַאַרבעטן] יידישקייט
עטלעכע פוסקים היינט האלטן אז ס'איז אסור צו רייכערן.
ליד: פאפיראסן