חייקל חזן

פֿון װיקיפּעדיע

ר' חייקיל חזן איז געווען פון די גרויסע תלמידים און חסידים פון דעם צדיק ר' נחמן מברסלב, ר' נחמן האט אים זייער געגליכן ער איז געווען פון די גאר נאנטע צו אים, ער איז געווען פון זיינע שטוב מענטשן, ער האט זיך אסאך געדרייעט ביי אים אין שטוב, ער פלעגט זיך טרויען צו זאגן זאגן פאר ר' נחמן אזאנס וואס אנדערע חסידים האבן זיך נישט געטרויט.

ער איז נאנט געווארן צו ר' נחמן ווען ר' נחמן האט געוואוינט אין מעדווידיווקע.

ר' חייקיל איז געווען א גרויסע עובד ה', א בעל השגה, און אויך א בעל מופת. ער פלעגט אויך פארן צו אנדערע צדיקים, ווי צו דעם צדיק רבי מרדכי טשערנאבילער.

אלס נאנטער חסיד פון ר' נחמן האט ער זיך ערלויבט צו האבן צו טון מער ווי אנדער חסידים וואו עס ווערט דערציילט ביי חיה די טאכטער פון ר' נחמן מברסלב


זיין כח אין זינגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' חייקיל איז געווען א שיינער חזן און זינגער, עס איז דא אין ברסלב אסאך ניגונים וואס שטאמען פון אים. ר' נחמן האט געזאגט אז האט די כח פון זינגען פון איהר שורש. עס ווערט פארציילט אז ווען ר' נחמן איז אוועק פון זלאטיפאלי און געגאנגען וואוינען קיין ברסלב האט אים ר' נחמן פארבעטן ער זאל מיטקומען קיין ברסלב ר' נחמן האט אים געזאגט לאז אפ דיינע אלע געשפעטן קום מיט מיהר קיין ברסלב ווער דארט א חזן, דערפון וועסטו האבן פרנסה, איך זאגט דיר צו אזוי ווי איך אין א חידוש אין מיין זאך וועסטו זיין א חידוש אין דיין זאך דאס איז אין ניגונה, אבער ער האט עס נישט געטוהן ר' חייקיל איז נישט געקומען קיין ברסלב, און דעריבער ווערט טאקע ר' חייקיל ווייניג דערמאנט אין די שפעטער'דיגע יאהרן פון די לעבענסביאגראפיע פון ר' נחמן מברסלב, כאטש ער איז געווען זייער נאנט צו ר' נחמן, ווייל די לעבענס ביאגראפיע האט ר' נתן געשריבן אין ברסלב וואו ר' חייקיל איז געווען ווייניג. ר' חייקיל האט חרטה געהאט פארוואס ער האט נישט געפאלגט זיין רבי.

ווען ר' נחמן האט געוואנט אין מעדווידעווקא פלעגט ר' נחמן זייער אסאך פאסטן, אזוי ווי ר' חייקיל האט זיך אסאך געדרייעט ביי ר' נחמן אין שטוב, האט ער געמערקט אז ר' נחמן עסט נישט, די עסן וואס דער באדינער ברעגנט, געט ר' נחמן פארן באדינער ער זאל עס אויפעסן. מאכט זיך אמאל ר' חייקיל קומט אריין צו ר' נחמן אין א גרינעם מיטוואך, און זעהט זיי רבי איז זייער שוואך, האט ער פארשטאנען ער האט די גאנצע וואך גארנישט געגעסן, אבער ר' נחמן וויל בשום אופן נישט עסן, זאגט ר' חייקיל רבי אויב איהר וועט נישט עסן א סעודה אצינד, גיי איך פארציילן "איך וועל אויסזאגן". זאגט אים ר' נחמן נו חייקיל גרייט צו אביסל יוך, דער סדר פון ר' נחמן איז געווען ער האט זיך קיינמאהל נישט גע'עקשנ'ט.

ר' חייקיל איז געווען א געטרייער חסיד, ער איז גלייך געלאפן מיט א עוף צום שוחט, מען האט עס געשח'טן, אויפן וועג צוריק האט ער געפליגט דעם טשיקן ווייל ער האט נישט געוואלט פארלירן צייט, מען האט געשטעלט קאכן א געשמאקן יוך און מען האט זיך געגרייט אז נאכן דאווענען מעריב וועט ר' נחמן פראווען א סעודה, תיכף נאך מעריב לויפט ר' חייקיל מיט דעם גוטען זופ צום רבין, ער שטעלט עס אראפ אויפן טיש, זאגט איהר דער רבי "נו חיייקל זינג דעם פרומען ניגון" [דער פרומער ניגון איז דער באקאנטער ברסלעבער ניגון אויף "מעין עולם הבא"], ר' חייקל איז געווען א גרויסע זינגער און האט דאס געזינגען מיט אלע קלאפערגעצייג, ווען ער ווערט פארטיג ווייזט אים דער רבי ער זאל עס נאכמאהל זינגען, ווען ער איז פארטיג געווארן צום צווייטן מאהל וווינגט איהר דער רבי נאכמאהל ער זאל עס זינגען און נאכאמהל. דער רבי איז געזעסן די גאנצע צייט מיט גרויס דביקות, און ר' חייקיל האט געזוגנען און געזונגען, צום סוף פרעגט אים דער רבי נו ווי האלט דער נאכט, איז ר' חייקיל ארויס זעהן ווי שפעט עס איז, און געזעהן ער הייבט אהן טאגען, עס איז בעסער געווארן פארן רבי און ער האט שוין נישט געוואלט טועם זיין, נאר ער האט געפארטיגט פאסטען די גאנצע וואך, ווי זיין געווענליכן סדר איז געווען.

דער ניגון וואס מען זינגט אין ברסלב ראש השנה און יום כיפור אויף "וכל מאמינים" שטאטט פון אים, ווי אויך דער נוסח וואס מען ברימט אינטער פיהר מאל "הטוב, הטוב, הטוב, הטוב" און אזוי הרחום הרחום הרחום הרחום, און אויך .

אויך דער ברודער פון ר' חייקיל איז געווען א חסיד פון ר' נחמן, דאס איז געווען ר' יצחק דער ברודער פון חייקל חזן

ר' חייקיל האט געהאט א זוהן וואס איז געווען א תלמיד פון ר' נתן מברסלב וואו עס ווערט דערמאנט אין ספר עלים לתרופה.