חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע

רבי חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם הי"ד (ה'תרנ"ט - ה'תש"ג), רב אין סלאטפינא

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים אייזיק איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ט (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יהושע האלבערשטאם רב אין דאלינא, א זון פון הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיוב, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביי די ערשטע וועלט קריג ווען זיין פאמיליע איז אנטלאפען קיין האלמין, אונגארן, האט רבי חיים אייזיק געלערנט דארט ביים האלמינער רב, רבי אליהו קליין, נעכהער איז ער געפארן לערנען קיין סיגעט ביים עצי חיים.

אין יאר ה'תרפ"ה איז רבי חיים אייזיק געווארן רב אין סלאטפינא, דארט האט רבי חיים אייזיק אנגעפירט מיט א ישיבה פון אומגעפעהר הונדערט און פינפצוג בחורים.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים אייזיק איז אומגעקומען אויף קידוש השם ב' סיון ה'תש"ג אין אושוויץ.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים אייזיק האט געהייראט בזיווג ראשון מרת דבורה א טאכטער פון זיין רבי'ן הרב חיים צבי טייטלבוים, רב אין סיגעט, דער עצי חיים. זי איז נפטר געווארן ביים געבורט פון איר זון:

  • הרב חנניה יום טוב ליפא האלבערשטאם, ער איז נפטר געווארן אין עלטער פון דרייצען יאר.

בזיווג שני האט רבי חיים אייזיק געהייראט מרת העסי א שוועסטער פון זיי ערשטע ווייב, א טאכטער פון הרב חיים צבי טייטלבוים, רב אין סיגעט, דער עצי חיים. זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד. זייערע קינדער:

  • יהודה צבי האלבערשטאם הי"ד.
  • משה האלבערשטאם הי"ד.
  • יששכר דוב האלבערשטאם הי"ד.
  • אהרן ברוך מרדכי האלבערשטאם הי"ד.
  • אברהם האלבערשטאם הי"ד.
  • ליבא האלבערשטאם הי"ד.
  • רחל פייגא האלבערשטאם הי"ד.
  • פראדיל האלבערשטאם הי"ד.
  • רייצא האלבערשטאם הי"ד.
  • מרת חנה די ווייב פון הרב יואל טייטלבוים קירלהאזער רב
  • מרת סימא די ווייב פון הרב צבי הירש האלבערשטאם רודניקער רב אין לאס אנגעלעס

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר