יהושע האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יהושע האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרל"ח - ה'תש"ג), רב אין דאלינא

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יהושע איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ח, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיוב, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרס"ט נאך דער פטירה פון זיין שווער הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין איז רבי יהושע געווארן רב אין דאלינא. ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה איז ער אנטלאפן קיין האלמין, אונגארן, אין יאר ה'תרפ"ב איז ער צוריק געקומען קיין דאלינא.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען די נאציס ימ"ש האבען געפירט רבי יהושע צום הרגענען האט ער זיך אויסגעבעטן מ'זאל אים לאזן זאגן נשמת, ער האט זיך איינגעהילט אין זיין טלית און געזאגט נשמת מיט א אויסגעגאסן הארץ, ווען ער האט געענדיגט האבען זיי אים אומגעבראכט, הי"ד.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יהושע האט געהייראט מרת רבקה אן איינציגע טאכטער (בת יחידה) פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין, רב אין דאלינא. זייערע קינדער:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר