חיים מאיר יחיאל שפירא (גראדזשיסק)
מראה
רבי חיים מאיר יחיאל שפירא זצ"ל (ה'תרט"ז - ה'תרל"ג), פון גראדזשיסק.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים מאיר איז געבוירן אין יאר ה'תרט"ז (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב אלימלך שפירא פון גראדזשיסק, א זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזשניצער מגיד.
געשיכטע און הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים מאיר איז געווען א גרויסער למדן און א שטארק חסידישער יונגערמאן וואס מען האט אויף אים אנגעהאנגן גרויסע האפענונגן, אבער ער האט נישט לאנג מאריך ימים געווען און איז נפטר געווארן אומגעפער אין עלטער פון זיבעצן יאר, אין יאר ה'תרל"ג.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים מאיר האט געהייראט מרת חנה שרה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש. זייער זון:
- הרב ישראל שפירא הי"ד (ה'תרל"ד - אלול ה'תש"ב), פון גראדזשיסק. ער האט געהייראט א טאכטער הרב אשר פערלאוו פון סטאלין, א זון פון הרב אהרן פערלאוו פון קארלין "דער בית אהרן". זייערע קינדער:
- הרב אברהם אלימלך שפירא (ה'תרנ"ו - כ"ג כסלו ה'תשכ"ז), גראדזשיסקער רבי פון ירושלים.
- מרת חיה מרים הי"ד, די ווייב פון הרב משה יחיאל אלימלך ראבינאוויטש הי"ד פון לעבערטאוו א זון פון הרב נתן דוד ראבינאוויטש פון פארצאווא.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (20)