וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט
וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט, איז פאררעכנט פון די גרעסטע לייבן אין קלאסישע מוזיק.
מאצארט איז געבוירן אין זאלצבורג אינעם יאר 1756 און געשטארבן אין 1791. זאלצבורג איז די היינטיגע שטאט וויען אין עסטרייך.
נאך אלץ קינד האט זיך דער ווואונדערקינד ארויסגעשטעלט צו זיין א גאון און נגינה, וועלכער האט געמאכט פרייליך אלעמען מיט זיין וואונדערבארע קאמפאזיציעס וואס איז געווען א חידוש אין זיינערצייט.
אממערסן באקאנט איז זיין הערליכער איין קליינע נאכטמוזיק, וועמענס מעלאדיע ווערט געשפילט פאר גאר פיצלעך קינדער, ווייל עס איז אנגענומען ביי געוויסע פארשער אז זיינע קלאסישע מוזיק העלפט פאר'ן מוח, זיך גוט צו אנטוויקלען. [1].
מאצארט האט נאך אלץ יונג קינד זיך געטראפן מיט דעם בארימטן קאמפאזיטאר יאזעף היידען, און דער אלטער היידען האט געגעבן לעקציעס פאר דעם קליינעם מאצארט, וואס האט אים באגלייט זיין גאנצן לעבן.
מאצארט האט געשאפן אריבער 600 קלאסישע קאמפאזיציעס. גאנצע 40 סימפאניעס און הונדערטער סאנעטעס, און קאנסערטאס פאר דעם פידעל און פיאנאו, וועלכע זענען אלע ברייט בארימט ביזן היינטיגן טאג.
[באַאַרבעטן] וועבלינקען
[באַאַרבעטן] רעפערענצן