הערש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
הערש

דער הערש איז א חיה, עס אננהאלט אין זיך עטליכע מינים, די נאטור פארשער רעכענען אויס ארום צוואנציג סארט הערשן. איר טבע איז זי לעבט צוזאמען אין סטאדעס מיט אנדערע הערשן, דעריבער ווען איינער זעט א הערש, זאל ער וויסן אז בדרך כלל קומט נאך נאך איינס.

דער הערש האט גרויסע אויסגעשפיצטע הערנער, וואס דערמיט באשיצט זי זיך פון די ווילדע חיות וואס שפרינגען אויף איהר. דער פארב פונעם הערש איז גרוי און געל אדער גרוי און ברוין, און אזוי באשיצט זי זיך אין מדבר, ווען מען דערקענט איהר נישט פון דערווייטענס, מען מיינט אז דאס איז זאמד.

דער הערש האט א שטארקן חוש השמיעה, זי קען זייער גוט הערן, ביי יעדע פארדעכטיגע זאך שטעלט זי זיך גלייך אפ און שפיצט אהן איהרע אויערן צו הערן מען קען דאס זען ווי איהרע אויערן שטעלן זיך אויף. אויב זעט זי א געפאר לויפט זי גאר שנעל, וואס דער הערש איז באקאנט מיט שנעלע שפרינגען.

עס הייסט א איידלע חיה, עס איז איינע פון די שענסטע חיות מיט חן, אירע צוויי הערנער און אירע גרויסע אויגן דרוקן אויס באשייידנהייט און ליבליכקייט,

די הערשן עסן דערנער, זיי קענען זיך אויפהאלטן א לאנגע צייט אהן וואסער וויבאלד זיי ציען ארויס וואסער פון גראז און פון אנדערע סארט געוויקסען.


הניח מעותיו על קרן הצבי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די הערש האט א טבע אז עס פאלט אראפ אירע הערנער און זי לייגט עס אין איינע פון די גריבער, און עס וואקסט איר שפעטער צוריק פרישע, דעריבער איינער וואס ריזיקירט מיט געלט רופט מען אים אן "ער האט עס ארויפגעלייגט אויף הערנער פון א הירש", ווייל זי וועט עס ערגעץ אנידער לייגען און ער וועט עס מער נישט געפונען.


הערשן אין די אידישע מקורות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הערשן פארנעמען אן ארט אלס סימבאל פון געשיקטקייט, צוליב זייער נאטור פון לויפן שנעל, אזוי ווי דער תנא יהודא בן תימא זאגט אין די משנה: רץ כצבי... לעשות רצון אביך שבשמים. אזוי אויך געפינען מיר אין שולחן ערוך הלכות שבת אז אויב א הערש געפינט זיך אין אן ארומגעצוימט פלאץ, איז מען עובר אויף דעם איסור צידה ווען מען פאנגט דאס שבת, וויל צוליב זיין געשיקטקייט קען ער נאך אנטלויפן.