הארי פאטער

פֿון װיקיפּעדיע
דער ארטיקל דיסקוטירט די בוך סעריע. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט הארי פאטער (באדייטן).
אַלע זיבן "האַרי פּאָטער" ביכער (בריטישע אויסגאַבעס)

האַרי פּאָטער (ענגליש: Harry Potter; אויסגעלייגט "הערי פּאָטער" אין די יידישע אויסגאבע) איז אַ סעריע פֿון זיבן פֿאַנטאַזיע ראָמאַנען געשריבן דורך דער בריטישער שרייבערין דזשיי.קיי. ראָלינג. דער סעריע הייסט נאָך האַרי פּאָטער, דער הויפט כאראקטער.

זי זיבן ביכער האָבן זיך פֿאַרקויפֿט העכער 500 מיליאָן קאָפּיעס איבער דער וועלט אין העכער 80 שפּראַכן (אריינגערעכנט יידיש), און איז די מערסט געקויפֿטע ביכער סעריע פֿון אַלע צייטן נאָך דעם תנ"ך. פֿילם אַדאַפּטאַציעס פֿון אַלע זיבן ביכער זענען פּראָדוצירט געוואָרן.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

האַרי איז אַ יתום פֿון טאַטע און מאַמע און װאוינט מיט זײַן שלעכטן פֿעטער װערנאָן, װעלכער איז אַ מאַגל. ביים עלטער פון עלף װערט ער געװאָר אַז ער האָט די טאַלאַנטן צו מאַכן כישוף און זײַן לעבן טױשט זיך דראַסטיש. פֿון דעם מאַגעטאַמישן לעבן בײַ זײַן פֿעטער וואו ער װערט טעגלעך גערודפֿט דורך זײַן שװעסטער קינד דאַדלי כאַפּט ער זיך אַריבער צו די דראַמאַטישע אָנגעפֿילטע טעג אין דער האָגוואָרץ שולע פֿון כישוף-מאַכערייַ און צויבערייַ װאו ער לעבט אין פּחד פֿון לאָרד װאָלדעמאָרט, װאס האָט געהרגעט זײַנע עלטערן און װיל אים אױך אָפּֿענדיקן, אין יעדן פון די זיבן ביכער ווערט באשריבען איין יאר פון זיין לעבן ביי האָגוואָרץ.

לויט ווי די לעגענדע לויטעט זענען הארי'ס עלטערן אומגעבראכט געווארן דורך דעם מערדער װאָלדעמאָרט וואס האט גענוצט די שרעקעוודיגע אוואדא כדברא, אריגינאל א קבלה'ישער אויסראטונג קללה זיי אומצוברענגען, און אזוי ארום צו באהערשן אלעמען. הארי האט זיך אבער באווייזן ארויסצודרייען פון אט די קללה, און האט נאך אויסגעדרייט דעם וואפען קעגן װאָלדעמאָרט, וועלכער איז זעלבסט אומגעברענגט געווארן דורך דעם.

ביכער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. האַרי פּאָטער און דער וויסן-שטיין (הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין) - יוני 1997 (יידיש: פֿעברואַר 2020)
  2. האַרי פּאָטער און דאָס קאַמער פֿון סודות - יולי 1998
  3. האַרי פּאָטער און דער אַרעסטאַנט פֿון אַזקאַבאַן - יולי 1999
  4. האַרי פּאָטער און דער בעכער פֿון פֿײַער - יולי 2000
  5. האַרי פּאָטער און דער אָרדן פֿון פֿעניקס - יוני 2003
  6. האַרי פּאָטער און דער האַלב-בלוט פּרינץ - יולי 2005
  7. האַרי פּאָטער און די רוחות פֿון טױט - יולי 2007
  8. האַרי פּאָטער און דאָס פֿאַרשאָלטענע קינד - יולי 2016

פילמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – הארי פאטער (פילם סעריע)

פון די ביכער האבן די ווארנער ברידער געמאכט א סעריע פון אכט פילמען, וואס די ערשטע צוויי זענען פראדוצירט געווארן דורכן באוואוסטן פילם שאפער, קריס קאָלומבוס, מיט די נעמען "האַרי פּאָטער און דער וויסן-שטיין" ("צויבערער'ס שטיין" אין אמעריקע) און "האַרי פּאָטער און דאָס קאַמער פון סודות".

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: האַרי פּאָטער