לדלג לתוכן

דרייליך

פֿון װיקיפּעדיע

דרייליך איז א פרומער איד פון מאנסי. און ווערט באשולדיגט אלץ מערדער וואס האט געהארגעט זיין אייגן ווייב, ווען זי איז געווען שוואנגעדיג מיט זיין קינד. נאכדעם וואס זיין ווייב האט געוויסט אז ער האט א וואך פאר דעם געהראגעט זיין ביזנעס שותף רח"ל.

בשעת דעם משפט האבן אפילו זיין משפחה אים -אנגעבליך- נישט געוואלט געקענט ווייל זיי זענען געווען איבערצייגט אין דעם מערדעריי.

די פרעסע האט דעמאלטס ברייט פובליצירט אלע פאקטן פון געריכט פראדעצור. ווייל עס איז געווען זייער אינטערסאנט פאר די גוים אז א פרומער איד קען אזוינס באגיין. זיין רב ר' משה דוד טענדלער האט אויפגעטרעטן קעגן אים עדות זאגענדיג אז ער האט זיך מודה געווען פאר אים איבערן טריפעלטן מארד; די מאמע און בעיבי און זיין שותף, ער האט באקומען לעבנסלענגליכע טורמע.

איצט -כמעט דרייסיג יאר נאך די משפט- גייט אן א קאמפיין דורך חסידישע אידן אים צו באפרייען פון תפיסה צוליב איבערווייזן אז די גאנצע מעשה איז נישט ריכטיג, לויט זיי איז גאר די מאפיא געווען די מערדער פון זיין ווייב, ווי אויך דעם איד וואס איז געהרג'ט געווארן א וואך בעפאר האט די מאפיא געהרג'ט, די עסקנים אין די פרשה זאגן אז זיי האבן גאר קראנטע באווייזן אויפציווייזן אז די ווערסיע איז אמת, זיי ארבעטן מיט געניטע אדוואקאטן אים ריינצוואשן אין געריכט.

זיי טענהן אז משה דוד טענדלער האט אויסגעזויגן די מעשה פון פינגער צוליב הויל רשעות, ווי ער האט זיך שוין ברייט באקאנט געמאכט מיט זיין שנאה צו ערליכע אידן דורך די מציצה בפה קאנטראווערסיע. און אויך אז דער שופט איז געווען אונטערגעקויפט.

עס איז דא א גרויסער ציבור אידן וואס גלייבן די ווערסיע וואס די עסקנים פארקויפן, און מיט די צייט וועט מען וויסן וועלכע ווערסיע איז די ריכטיגע. אויב עס וועט זיך איבערצייגן אז דרייליך איז גערעכט און ער איז געזעצן די אלע יארן אומשולדיג וועט עס זיכער זיין איינע פון די גרעסטע קאנטערווערסיעס פונעם יאר הונדערט.