דריווש דער דריטער

פֿון װיקיפּעדיע
דריווש דער דריטער
Δαρεος
געבורט 380 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 330 לפנה״ס (אלט 50 בערך)
אפגאניסטאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך מאנארך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
א געמאלענע אילוסטראציע פון א מלחמה וואס דריווש דער דריטער האט געפירט

דריווש דער דריטער (380 פאר דער ציווילער ציילונג - 330 פאר דער ציווילער ציילונג) איז געווען דער געוועלטיגער פון דער פערסישער אימפעריע פון יאר 336 פאר דער ציווילער ציילונג ביז 330 פאר דער ציווילער ציילונג. ער איז געווען אן אפשטאמיגער פון דער פערסישער מלוכה פאמיליע און איז געווארן געוועלטיגער נאך וואס ארטאקסערקסעס דער דריטער איז דערמארדעט געווארן דורך איינער פון זיינע הערן.

ווען ער האט באקומען די מאכט האט ער אנדעקט אז פרס ליידט פון אסאך שוואכקייטן א.וו. אן אויפשטאנד און די קליין אזיאנישער געגנטער וועלכע זענען געווען אין פלאן דורך די דארטיגע איינוואוינער וועלעכע זענען געווען אונטערטעניג צו דער פערסישער מלוכה. אזוי אויך איז אים געווען א פראבלעם די פלאן פןו פיליפוס דער צווייטער דער קעניג פון מאקעדאן איינצונעמען פרס, און האט צו דעם צוועק געשיקט 10,000 סאלדאטען אונטער דער פירערשאפט פון פארמיניון צו קליין אזיע כדי צו פארזיכערן א דורכגאנג פאר זיינע סאלדאטן אויפן וועג צו פרס, דריווש האט פרובירט דאס אפצוענטפערן מיטן פארגרעסערן די פערסישער ארמיי מיט געדונגענע רוצחים פון יוון אונטער די פירערשאפט פון ממנון פון יוון אלס דער פערסישער מיליטערישער פירער.

אלס ערשטער שריט אפצוהאלטן די מיליטער פון מוקדן אריינצודרינגען אין קליין אזיע האט דריווש אהין געשקיט א גרויס מיליטער פון 40,000 סאלדאטען, ווען די פערסישע מיליטערישע כחות האבן זיך צוזאמען געשטויסן מיט די כוחות פון אלעקסאנדער דער גרויסער דער זון פון פיליפוס דער צווייטער, אין יאר 334 פאר דער ציווילער ציילונג האבן די פערסישע גענעראלען געליטן א וויסטע דורך פאל, און האבן פארלוירן רוב פון זייערע פיס גייער סאלדאטען צוזאמען מיט נאך 10,00 רייטער.

די מוקדוניאים האבן באוויזן געוואלדיגע נצחונות קעגן די פערסישע און דריווש האט מחליט געווען זיך צו נעמען צו אלעקסאנדער פערזענליך אבער אין 333 פאר דער ציווילער ציילונג האט ער ווידער געליטען געוואלדיגע דארך פאלען אפילו ער האט געהאט סאך א גרעסער ארמיי פון אלעקסאנדער (בערך 1-5), נאך די געוואלדיגע נידערלאגעס האט דריווש פארגעשלאגען א שלום פלאן פאר אלעקסאנדער וועמען ער האט נישט געקענט באזיגען, אלס חלק פון די שלום פלאן האט אים דריווש געוואלט געבן גאנץ קליין אזיע, און חלקים אין מיטל מזרח וועלעכע זענען דאן געווען באהערשט דורך פרס, אלעקסאנדער האט דאס אבער צוריק געוויזן, זעהנדיג אז ער האט נישט קיין ברירה האט דריווש צוזאמען גענומען אלע חלקים פון זיין מיליטער און אפילו ער האט באוויזן צוזאמען צושלעפן א ריזן מיליטער 6-5 פרסים קעגן יעדען מוקדן, האט ער ווייטער פארלוירן אין 331 פאר דער ציווילער ציילונג און איז אנטלאפען פון שלאכט פעלד, ער איז דערמארדעט געווארן דורך איינע פון זיינע הערן מיטן נאמען בסוס, דער בסוס האט דערנאך געווארט פאר כבוד פון אלעקסאנדער פאר זיין ארבייט אבער דריווש האט אים געלאזט טויט'ן פארן זינד פון ווידערשפעניגען אין קעניג, (געמיינט האט ער דריווש, ווייל אלעקסאנדער האט אים שוין נישט געוואלט געטויען).

לויט היסטארישע מקורות וועלכע זענען געשריבן מיט א נייגונג צו אלעקסאנדער האט נאך אלעקסאנדער גערעדט מיט דריווש אויף זיין קראנק בעט און דריווש האט זיך באדאנקט פאר די גוטע באדינגונגען וואס אלעקסאנדער האט געגעבן פאר זיין משפחה וואס האבן זיך געפונען אין געפענגעניש, אין האט אים אויך גע'חנפ'עט מיט א ברכה אז דער באשעפער זאל גיבן פאר פרס אזא קעניג וואו אלעקסאנדער, נאכן טויט פון דריווש האט אלעקסאנדער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון דריווש האפנדיג צו שטארקן זיין געוועלטיגונג אויף פרס.