דרוקער
אין קאמפיוטעריי איז א דרוקער א פעריפֿעריש מיטל צו שאפן א פאפירנער עקזעמפלאר פון אן עלעקטראנישן דאקומענט.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] קאלירן
[באַאַרבעטן] רעגולערער דרוק (שווארץ אויף ווייס
איז דאך זייער פשוט אזוי ווי מען שרייבט ווען אויף א פאפיר וואס קאפיעט דאס אריבער אויף דעם אונטערשטן קען מען טון מיט דעם דרוק מאשין
[באַאַרבעטן] קאליר פרינט (דרוק) RGB
ווי באקאנט איז דא דריי הויפט קאלירן רויט גרין בלוי, איז מען אוןיפגעקומען מיט א פאטענט צו מאכן דריי עקסטערע פלאטעס און יעדעס איינע זאל ארויפלייגן אזויפיל פון דעם ספעציפישן קאליר אז פון אלע דריי צוזאמען ווערט א פארטיג בילד א.ד.ג.
[באַאַרבעטן] קאליר פרינט CMYK
אבער אזוי ווי די קאלירטע טינט קאסט היבש טייער רעאליטיוו צו די שווארצע איז מען אויפגעקומען מיט נאך א פאטענט אז מען לייגט פיר פלאטעס און דעם מינימום פון די קאלירטע און צו מאכן ליכטיגער און טונקעלער לייגט מען צו אביסל פון די שווארצע און אזוי גלייכט זיך דאס אויס
[באַאַרבעטן] אפסעט דרוק
[באַאַרבעטן] אינק דזשעט פרינטינג
[באַאַרבעטן] אפיס דזשעט
איז א טעכנעלאגיע וואס איז זייער ענליך צו דעם אינק-דזשעט, אבער עס איז אויף גאר א ביליגן פארמאט, עס קומט אויס צו בערך א צוואנסיגסטל דער פרייז, עס איז לויט טייל שוין אפילו ביליגער פון לעיזער, הגם עס דויערט היבש אביסל שטאטער ווי די רעגולער אינק-דזשעט פרינטערס, אבער דער קוואליטי מיט די פרייז וועגן איבער
[באַאַרבעטן] לעיזער פרינטינג
היינט ווערט רוב דרוקעריי געמאכט דורך לעיזער, דאס טייטשט אז אנשטאט נעמען נאסע טינט און דאס אנשמירן אויפן פאפיר, נעמט מען שטויב טינט און מען ברענט דאס ארויף אויף די אנגעצייכנטע פלעצער, אבער עס איז א שטוינענדער פאקט אז די סארט לעיזער פרינטינג האט בכלל נישט דעם אויסקוק פון קיין ארגיניאלער שריפט, קעגן דעם אינק דזשעט, אדער אריגיאנלער פרינט