די דריטע דזשהאד (פילם)

פֿון װיקיפּעדיע

די דריטע דזשהאד (עהנגליש: The Third Jihad: Radical Islam's Vision For America) איז א 2008 דאקומענטארער פילם איבער די געפאַהר פון ראדיקאלער איסלאם וועלכע וויל פארשפרייטן די שאַריאַ געזעצן אין די פרייע דעמאקראטישע לענדער, געשאפן דורך אן אמעריקאנער מוסלעמעהנער דר. זודי דזשאסער.

דער פילם ברענגט ארויס די שרעקעדיגע פאקט אז אפילו די מכלומרשט פריעדליכע מוסלעמענער זעהען אלס זייער רעליגיעהזער פליכט אז איסלאם זאל רעגולירן די וועלט און טאלעריהרן נישט אנדערע רעליגיעס. זיי נוצן אויס די פרייהייט פון רעליגיע און וואָרט וואס די דעמאקראטישע לענדער געבן זיי, כדי זיי אונטערצוברעהנגען. און ווי סאודי אראביע נוצט איהר געלט וואס זיי פארדיענען פון די אויל, צו אויסלעהרנען און פארשפּרייטן די עקסטרעהמע איסלאמישע לעהרנונג.

דער פילם דעקט אויף דאקומענטן, ווידיאו'ס און בילדער ווי מען זעהט אז דער פראבלעהם איז פיהל גרעסער ווי מען מיינט, נאר די פרייע וועלט מאכט זיך צו די אויגן אונטער די מאַסקע פון זיין פּאליטיש-קארעקט און טאלעראנץ פאר יעהדעם.

דער פילם קריטיקיהרט דאס וואס די פרייע וועלט געבט זיך אונטער ווען די מוסלעמעהנער פארפיהרן ווען מ'פארשעמט זייער רעליגיע.

פערזעהנלעכקייטן וואס ערשיינען אינעם פילם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ניו יארק סיטי פאליציי און ניו יארק טיימס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ניו יארק סיטי פאליציי פלעהגט עס נוצן צו טרענירן די פאליציאנטן אבער האבן עס אויפגעהערט דערנאך וואס די מוסלעמענער האבן פראטעסטירט און פארלאנגט רעי קעלי צו רעזיגניהרן - וואס די אינצידענט האט נאר אויפגעוויזן ווי ביטער גערעכט די פילם איז.

די ניו יארק טיימס איז אויך געשטאנען צו זייער זייט און עס פאלש אנגערופן א האספולער פילם.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]