דיזנגאף גאס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קאארדינאטן: 32°4′49.94″N 34°46′25.56″E / 32.0805389, 34.7737667

דיזנגאף גאס איז א צענטראלע גאס אין עלטערן געגנט פון צענטער תל אביב, גערופן אויפן נאמען פון מאיר דיזנגאף, דער ערשטער בירגערמייסטער פון דער שטאט.

די גאס פירט פון צפון אויף דרום, אין מערסטנטייל. און אין דרום טייל פארט ער אביסל פון מזרח צו מערב. די גאס פון דרום הייבט זיך אן פון שלמה אבן גבירול גאס, און פון דארט ציט דיזנגאף אויף צפון ביז צום אלטן פארט.

די גאס פלעגט זיין א טייל פון דער קולטור אין ישראל, ביז אין די 1980ער יארן, ווען אסאך קאמערץ צענטערן זענען אויפגעבויט געווארן, און אוועקגענומען די גלאנץ פון דער גאס. גרויסע ישראל דענקער, דיכטער און פערזענליכקייטן פלעגן צו זיצן אין די קאפע הייזער, וואס האבן אנגעפילט די גאס.

צינה דיזנגאף קרייז (פלאזא), פלעגט זיין פארעכנט אלס הארץ פון דער שטאט, ביז מען האט אים איבערגעבויט, און היינט איז די פלאזא העכער דער גאס, וואס לויט געוויסע, האט צוגעברענגט צום אונטערגיין פונעם גלאנץ וואס די גאס האט אמאל געהאט.

די דיזנגאף צענטער, א קאמערציאלע מאלל, איז אויגעבויט געווארן אום 1977. און איז אויך געווען א שטארקער גורם, אז די רעסטאראנטן און קאפע הייזער זאלן זיך פארמאכן.

אינמיטן די 1990ער יארן, זענען פארגעקומען צוויי זעלבסטמארד אטאקעס אויף דער גאס, וואס דאס האט געלייגט די גאס נאך מער אין שאטן. זייט 2000 האט די תל אביבער שטאטראט מערערע פלענער אויפצוריכטן די גאס, און היינט געפונען זיך מערערע קאפע הייזער, און רעסטאראנטן, וואס האבן זיך געפענט אין די פארגאנגענע יארן.

אויף דער גאס געפונט זיך דיזנגאף צענטער, בית ליסין טעאטער און די קולטור זאל (היכל התרבות).