דזשאן לאק
מראה
געבורט |
29 אויגוסט 1632 (יוליאניש) סאמאערסעט, פאראייניגטע קעניגרייך |
---|---|
טויט |
28 אקטאבער 1704 (יוליאניש) (אלט 72) פאראייניגטע קעניגרייך |
מדינה | ענגלאנד |
פרסים | קאלעגע פון דער קעניגלעכער געזעלשאפט |
אונטערשריפט | |
דזשאן לאק (29סטן אויגוסט, 1632 - 28סטן אקטאבער, 1704; ה'שצ"ב - ה'תס"ה) איז געווען אן ענגלישער פילאסאף וואס האט זיך באשעפטיקט איבערהויפט מיט פאליטישע פילאסאפיע. ער איז געווען פון די ערשטע גרינדערס פון ליבעראליזם און פון דער דעמאקראטישער רעזשים.
זיין לערע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דזשאן האט געהאלטן אז די מענטשליכע נאטור איז ווויל און ניט שעדליך, און די מענטשן האבן רעכטן צו איינפירן זייער שטייגער אין לעבן אן זיין איינגעבויגן צו די אויטאריטעטן (וועלכע זיינען דאן געווען ניט דעמאקראטיש) נאר פארקערט, די אויטאריטעטן דארפן אפהיטן דעם מענטשנס רעכטן. דזשאן האט געהאלטן אז מען דארף צעטיילן די אויטאריטעטן אין דריי: 1. געזעצנגעבער אויטאריטעט 2. אויספירער אויטאריטעט 3. פאראייניקטע אויטאריטעט.