לדלג לתוכן

דוד משה שטיינבערג

פֿון װיקיפּעדיע
דוד משה שטיינבערג
קיין פריי בילד
געבורט 1871
בעסאראביע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1941 (אלט 70 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך חזנות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

דוד משה שטיינבערג (ה'תר"ל - תש"ב) איז געווען פון די גרויסע חזנים און קאמפאזיטארן אין דער גאלדענער תקופה פון חזנות אין אמעריקע וואו ער איז כסדר אויפגעטרעטן צוזאמען מיט די גרויסע.

ער איז געווען א געוואלדיגער קאמפאזיטאר. עס איז פארהאן א רעקארדירונג וואו דער חזן יאסעלע ראזנבלאט זינגט זיינס א הערליכע "אבינו מלכינו גלה" אלס דועט מיט זיין ברודער לוי און מיט שמואל מאלאווסקי.

ער איז געווען פון די געציילטע בארימטע חזנים אין יענער תקופה וועלכע האבן געטראגן א פולע בארד.

ער איז געבוירן אין יאר תר"ל אין דער חזנישער שטאט קישינעוו, בעסאראביע. זיין פאטער ר' אברהם איז אויך געווען א בארימטער חזן מיט א שיינער שטימע און אלס קינד האט שוין משה'לע אברהם'ס אנגעפירט דעם טאטנ'ס כאר.

זיין טאטע האט געוואלט ער זאל בלייבן ביים לערנען, אבער די מנגנים אין קעשענאוו האבן געשריגן צו איהם געוואלד וואס ער לאזט נישט זיין געלונגענער זוהן ארויס אויף דער וועלט זיך משלים זיין מוזקאליש אין חזנות, ממילא האבן זיי צום סוף גע'פועל'ט ער זאל איהם שיקן זיך לערנען ביים בארימטן חזן זלמן ראזומני אין אדעס.

אין 1902 איז ער געווארן חזן אין אהרע'לעס שוהל אין אדעס, נאך א קורצע צייט איז ער אויפגענומען געווארן אין חיה'ס שוהל אין בארדיטשעוו וואו דער בארימט חזן רבי ניסן בעלזער - ביי וועם זיין פאטער איז געווען א משורר - האט גע'שתדל'ט פאר איהם.

אייניגע יאהר נאכדעם איז ער גערופן געווארן קיין ווילנע איבערצונעמען דאס פלאץ פון גרשון סיראטא אין דער שטאטישער שוהל, און דערנאך איז ער צוריק קיין אדעס אין דער גרויסער שוהל פאר דאפלט געהאלט וואו אין ווילנא. פערצן יאהר איז ער דארט געווען אויף דער שטעלע. אין דער צייט האט ער געשאפן פילע בארימטע קאמפאזיציעס און רעציטאטיוון וואס מען האט געזונגען איבער די גאנצע חזנישע וועלט, ביז די באלשוויקן האבן איבערגענומען דעם רעזשים האט ער געמוזט זיך לאזן קיין אמעריקע.

אויפן וועג האט ער זיך אפגעשטעלט אין לאנדאן וואו מ'האט איהם געגעבן גרויסע אָפערס, אבער ער איז שוין געווען געבונדן צו א קאנטראקט מיט א געזעלשאפט אין ניו יארק.

אין יאהר תרפ"א איז ער געקומען קיין אמעריקע וואו ער איז באלד אויפגענומען געווארן אין דער בריסקער שוהל אין נוארק.

שפעטער האט ער געדינט אין דער מאנטיפיארי שוהל אין די בראנקס און דערנאך אין וואודראו עוועניו באסטאן.

אין 1932 ווען ער איז געווען אויף א קאנצערט טור אין לאנדאן, האט מען אים באוויזן צו צוריק שלעפן קיין ווילנע, וועלכע איז שוין דאן געווען זעלבטשטענדיג, וואו ער איז געווען פאר פינעף יאהר. דערנאך איז ער צוריק קיין ניו יארק וואו ער איז געווען חזן ביז זיין פטירה אום ח' כסליו פון יאהר תש"ב אין עלטער פון זיבעציג יאהר.

פון זיינע קאמפאזיציעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כאטש ער האט אסאך קאמפאזירט, זענען נישט קיין סאך רעקארדירונגען געבליבן פון איהם.

  • אבינו מלכנו
  • אמר רבי אלעזר
  • אנא עבדא
  • המעביר בניו
  • והאופנים
  • זרעא חיא
  • ישמחו
  • כוהניך
  • כי לקח טוב