גרשון

פֿון װיקיפּעדיע

גרשון (אַרױסגערעדט: גערשן) איז דער זון פֿון לוי דעם פֿאָטער פֿון שבֿט לוי (בראשית מ”ו). זײַנע ברידער זענען געווען קהת און מררי, און זײַנע זין, לבני און שמעי.

פֿון גרשון שטאַמען אָפ די לוײם–פֿאַמיליעס, װאָס האָבן מחבר געװען מזמורי תהלים צו זינגען אין בית המקדש װי „אסף“ און אַנדערע (דברי הימים א’ ט”ו).