לוי

פֿון װיקיפּעדיע
לוי
געבורט 1566 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1429 לפנה״ס (אלט 137 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לוי איז דער דריטער זון פון יעקב און לאה. זיינע קינדער און אייניקלעך, שבט לוי, זענען די לוויים און כהנים.

לוי האט געהאט דריי זין: גרשון, קהת און מררי, וואס זענען אראפ קיין מצרים מיט אים.

לוי האט געלעבט 137 יאר (שמות ו טז).

אין ילקוט שמעוני אויף ספר שמות ווערט געברענגט דעם געבורטסטאג פון לוי ט"ז ניסן. אין פרקי דרבי אליעזר שטייט אז לוי איז געווען אלט 45 ווען יעקב איז אראפ מיט זיינע קינדער קיין מצרים, און ער האט געלעבט אין מצרים 92 יאר. לויט סדר עולם רבה, איז לוי געבליבן לעבן דער לעצטער פון די אלע ברידער.