געארג דער זעקסטער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פארטרעט, בערך 1946

געארג דער זעקסטער (ענגליש: George VI; פערזענלעכער נאמען: אלבערט פרעדעריק ארטור געארג ; 14טן דעצעמבער 18956טן פעברואר 1952) איז געווען מלך פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און די דאמיניאנען פונעם בריטישן קאמאנוועלט פונעם 11טן דעצעמבער 1936 ביז זיין טויט. ער איז געווען דער לעצטער קייסער פון אינדיע, און דער ערשטער הויפט פונעם קאמאנוועלט.

אלס צווייטער זון פונעם מלך געארג דער פינפטער, ער האט נישט געקלערט צו ירשענען די מלוכה. ער האט געדינט אינעם קעניגלעכן פלאט ווערנט דער ערשטער וועלט מלחמה, און נאך דער מלחמה האט אויסגעפירט א רייע פובליקע באשטעלונגען. ער האט געהייראט ליידי עליזאבעט באס-לייאן אין 1923, און זיי האבן געהאט צוויי טעכטער , עליזאבעט און מארגארעט.