גארדען סטעיט פארקוועי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
בילד פון אן אריינגאנג צו די גארדען סטעיט פארקוועי.

די גארדען סטעיט פארקוועי איז א 172.4 מייל לאנג (277 ק"מ) שנעל שטראז (Highway) וואס גייט אדורך די גאנצע לענג פון ניו זשערסי, אנגעהויבן פון די ניו יארק טרואוועי אין מאנטוויל ניו זשערסי אין צפון, און קעיףּ מעי אין דרום ניו זשערסי. מען דארף באצאלן שטייער פאר נוצען די שטראז. עס איז איינס פון 5 באגרעניצטע צוטריט שטראזען אין ניו זשערסי, באגרעניצטע צוטריט צוליב דעם וואס עס איז געמאכט געווארן אויף צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטען אויף באשטימטע פלעצער און מען קען נישט אראפארן אדער ארויפארן ווי מען וויל, ווייל עס האט א צוים. אויך קען דאס האבן אנדערע באגרעניצען ווי אז טראקס אדער באסעס קענען נישט פארן אויף דעם. אויך איז דאס איינס פון די 5 שטראזען וואס מאכן ניו זשערסי באוואוסט אלס די שנעל שטראז צענטערעד קולטור פון ניו זשערסי (Highway-Centered Culture of New Jersey). די אנדערע 4 זענען: 1. די ניו זשערסי טוירנפייק 2. די אטלאנטיק סיטי עקספרעסוועי 3. די פאליסעידס אינטערסטעיט פארקוועי 4. און די אינטערסטעיט 295.

עס ווערט אנגערופען די גארדען סטעיט (גארטען שטאט) פארקוועי, צוליב דעם וואס גארדען סטעיט איז די צונאמען פאר די שטאַט ניו זשערסי. כמעט די גאנצע שטראז אויסער 2 מייל לויפט אין ניו זשערסי, ביי צפון איז דא א קליינע שטרעקע וואס לויפט אין ניו יארק און איז אפיציעל באצייכענט - כאטש עס זענען נישט דא קיין טאוועלעך פאר דעם - אלס ניו יארק שטאַט רעפערענס רוטע 982L. אין ניו זשערסי איז די אפיציעלע נומער רוטע 444 אבער עס זענען נישט דא קיין טאוועלעך פאר דעם, און אויך רופט עס קיינער נישט אזוי. עס זענען דא 2 קליינע צושטיקלעך צו די שטראז וואס האבן זייערע אייגענע נומערן: ראוט 444R ביי די ארויסגאנג 117 אין העיזלעט וואס פירט צו רוטע 35 ביי צפון ענדע פון רוטע 36 אין קיפארט. ראוט 444S ביי די ארויסגאנג 105 וואס פירט צו די דרום ענדע פון רוטע 36 ביי האופ ראוד נעבן איטענטאון.

ביי די עסבארי פארק צאל בודקעס צוטיילט זיך די שטראז אין 2, איינס פאר לאקעל און די אנדערע פאר שנעלע פארקער. די ציטיילעכטס ענדיגט זיך ביי די רעריטאן צאל בודקעס. ביי די שנעלע קען מען נאר ארויסגיין ביי ארויסגאנג 105 (טינטאן פאלס), און ביי 117 (אבערדין/העיזלעט). צווישען ארויסגאנג 80 און 83 לויפט די פארקוועי צונעזאמען מיט די יו עס 9.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די פארקוועי האט מען געבויעט צווישען 1946 און 1957, בעיקר כדי צו באהעפטען די באוויאונטע צפון ניו זשערסי, מיט די אפרו פלעצער אין דרום ניו זשערסי ביי די אטלאנטיק בארטען. אויך כדי צו פארגרינגערען די פארקער אויף די פארנומענע לאקאלע שטראזן ווי די יו עס 9, יו עס 1, און ניו זשערסי 35. אומאפיציעל ווערט די צפון טייל העכער די רעריטאן טייך אנגערופען די מעטראפאליטאן טייל, און די דרום פון די רעריטאן שאור טייל (בארטען טייל).

ביי 1950 איז נאר געווען 18 מייל פארטיג, אבער זענענדיג די סוקסעס פון די שכניסדיגע ניו יארק טרואוועי האט די לעגיסלאטאר אין ניו זשערסי אום אפריל 14 1952 געגרינדעט די ניו זשערסי הייוועי אטארעטי מיטן ציל צו בויען, אויפהאלטן, און פירען א שטראז וואס וועט זיך אליין אויסהאלטן (דורך די אפצאל וואס מען צאלט ווען מען נוצט דאס). דער ארכיטעקט פאר די פארקוועי איז געווען גילמאר קלארק וואס האט געארבעט מיט ראבערט מאסעס אויף דער פארקוועי סיסטעם ארום ניו יארק סיטי. די וועג ווי אזוי מען האט דאס געבויעט איז געווען אז עס זענען דא גרויסע ברייטע אפגעטיילטע מיטעלוועגן וואס זענען באוואקסן מיט גראז און אנדערע גרינע ביימער אזוי אז עס שטערט די לעמפלעך פון די קנטקעגן קומענדיגע קארן. אין די מאטריפאליטאן טייל האט מען צוטיילט אזוי ווי אין אלע שטארק באוויאנטע ערטער, מיט א צוטיילונגס וואנט, אבער ביי די שאור טייל האט מען ציטיילט מיט הערליכע ביימער און גרינס.

באנוץ[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]