באריס פאסטערנאק
פֿון װיקיפּעדיע
באריס לעאנידאוויטש פאַסטערנאַק (רוסיש: Бори́с Леони́дович Пастерна́к) (10טן פעברואר, 1890 – 30סטן מיי 1960) איז געווען א יידישער־רוסישער דיכטער, ראמאניסט און איבערזעצער פון געטע און שייקספיר. ער האט געוואונען דעם נאבעל פריז פאר ליטעראטור אין 1958.
דעצעמבער 1989 האט מען ערלויבט זיין זון יעווגעני באריסאוויטש פאסטערנאק צו פארן קיין שטאקהאלם אפנעמען זיין פאטער'ס נאבעל מעדאל. ביי דער צערעמאעניע האט געשפילט דער בארימטער טשעליסט מסטיסלאוו ראסטראפאוויטש א באך סערענאד.