אלימלך לאווי
רבי אלימלך סג"ל לאווי (געבוירן ניסן ה'תשכ"ב) איז דער פינפטער און היינטיגער טאהשער רבי.
לעבענס געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלימלך איז געבוירן געווארן אום חודש ניסן תשכ״ב צו זיין טאטע רבי משולם פייש לאווי זצ"ל, דער פריערדיגער טאהשער און גרונדער פונעם שטעטל קרית טאהש אין קאנאדע, און צו זיין מוטער מרת חוה, א טאכטער פון רבי יהודה וויינגארטן זצ"ל. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער טאהשער ישיבה און אין תולדות אהרן ישיבה. אין יאר תשנ"ח, האט איהם זיין טאטע דער רבי, באקרוינט אלס רב פון וועלטליכע טאהשער קהילות, יענע יאר האט זיין עלטערע ברודער רבי מרדכי געכאפט אן הארץ אטאקע איין טאג אינמיטן ליינען קר"ש און איז ליידער תיקף נפטר געווארן.
זינט מען האט אים געקרוינט אלס רב פון די קהילה איז ער געווארן זיין רעכטע האנט. ער האט איה געהאלפן מיט אלע געברויכן פון דעם חסידות, און פלעגט ארומפארן איבער דער וועלט כדי צו פראווען שבתים און מחזק זיין סיי ברוחניות און סיי בגשמיות זיין טאטנ'ס קהילות. רבי אלימלך איז אויך באוואוסט איבעראל אלס א מורא'דיגער בעל צדקה. אום כ״ז אב תשע"ה בעת דער לויה פון זיין פאטער, האט מען אים באקרוינט אלס רבי.
משפחה און קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלימלך האט געהייראט מרת אסתר מלכה, טאכטער פון רבי נפתלי צבי לאבין ז"ל, זידיטשויבער רבי אין וויליאמסבורג. זייערע קינדער זענען:
- מרת מרים איידל באשא, ווייב פון הרב יחיאל הכהן קאהן, זון פון רבי דוד קאהן דער תולדות אהרן רבי.
- הרב אברהם יודא, חתונה געהאט נאכאמאל ל"ג בעומר תשע"ו עב"ג ממשפחת גראד.
- מרת הינדא רחל, די ווייב פון הרב מרדכי אברהם, זון פון רבי משולם פייש גינזבורג, חוסטער רבי אין בארא פארק.
- מרת מינדל, די ווייב פון הרב יחיאל מיכל ישעי', זון פון רבי אלעזר שלום מאסקאוויטש, זלאטשאווער רבי פון וויליאמסבורג.
- הרב חיים יחיאל אלטר, האט געהייראט מרת איידל דינה, טאכטער פון הרב וואגשאהל, לאנצוטער רב פון מאנסי.
- מרת זעלדא לאה, די ווייב פון הרב זאב, זון פון רבי ברוך ראזנבוים, נאנאשער רבי פון וויליאמסבורג.
- הרב משה, האט געהייראט מרת מרים, טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא הורוויץ, אייניקל פון ספינקער רבי ר' אייזיק פון וויליאמסבורג, און פון בורשטינער רבי. ער דינט אלס רב אין ביהמ"ד עטרת מרדכי, דאס צווייטע טאהש'ער שטיבל אין וויליאמסבורג.
- מרת שאשא רייזל, די ווייב פון הרב שמואל, זון פון רבי יוסף חיים פריעדמאן, רב פון בערזאנער ביהמ"ד אין ניו יארק.
- הרב ישראל מרדכי, האט געהייראט מרת הינדא הענא זיסל, א טאכטער פון רבי צבי הירש אשכנזי, ראש ישיבה פון באר התורה אין וויליאמסבורג. וואוינארט אין וויליאמסבורג.
- מרת עלא צירל, די ווייב פון הרב נחמן, א זון פון רבי חיים אריה כהנא.
- הרב יצחק אייזיק אלכסנדר ליפא, האט געהייראט מרת פייגא רייזל, טאכטער פון רבי יוסף דוד שנעעבאלג אב"ד שער התפילה.
- הרב יעקב האט געהייראט מרת עטיל, טאכטער פון הרב לוי יצחק גרינוואלד, זוהן פון רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד, דער פאפא רבי,
- חוה