איחוד הצלה

פֿון װיקיפּעדיע
איחוד הצלה
1221.org.il
לאגא פון איחוד הצלה

איחוד הצלה איז א וואלונטיר הצלה (ערשטע-הילף) ארגאניזאציע אין ארץ ישראל. זי איז הויפטקווארטירט אין ירושלים.

די ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארן אין 2006 דורך אלי ביר, אלס א קליינע ארגאניזאציע צו העלפן מענטשן ביז ווילאנג די שטאטישע אמבולאנס מגן דוד אדום קומט אן. מיט דער צייט האט זיך עס אויסגעשפרייט איבער גאנץ ארץ ישראל מיט צענדליגער טויזנטער וואלונטירן. זיי פארמאגן היינט בערך 6,500 וואלונטירן.

איחוד הצלה פארמאגט היינט פיליאלעס אויסגעשפרייט אין עטליכע לענדער ארום דער וועלט, ווי פאנאמע און אין אומאן, אוקראינע.

וואלונטירן ביים אפפירן א פאציענט מיט א העליקאפטער

זיי האבן זיך באקאנט געמאכט מיט זייערע "אמבו-סייקעלס", מאטארציקלעך, מיט וועלכע די וואלונטירן יאגן זיך צו די הילפס רופן, און אזוי קענען זיי פארמיידן א שווערן פארקער.

ווי אויך דינען זיי אלס ביישפיל פאר אנדערע אזוינע הילפס אגענטורן וויאזוי צו רעאגירן שנעל צו רופן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]