לדלג לתוכן

איוואנקא טראמפ

פֿון װיקיפּעדיע
איוואנקא טראמפ
Ivanka Trump
געבורט 30 אקטאבער 1981 (אלט 43)
מאנהעטן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בן/בת זוג דזשערעד קושנער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.ivankatrump.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
מיט א ארטאדאקסישן היטל אויפ'ן קאפ ביי א באזוך אין ארץ ישראל
איוואנקא

איוואנקא מאריע טראמפ (ענגליש: Ivanka Marie Trump; געבוירן דעם 30טן אקטאבער 1981), אויך באקאנט מיט איר אידישן נאמען יעל קושנער, איז די טאָכטער פונעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, דאנאלד טראמפ, געבוירן פון זיין ערשטער פרוי, איוואנא טראמפ. זי פארמאגט גאר גרויס מאכט אין ווייסן הויז, ווי מאנכע ווילן גאר זאגן אז זי איז ממש ווי די ערשטע פרוי, זייענדיג אין ווייסן הויז גאר אסאך, וואו זי האט אויך א פריוואטע אפיס דארט.

זי איז געווען אַ אמעריקאנער ביזנעספרוי און געוועזענע טעלעוויזיע פּערזענלעכקייט און א מאדעלקע.

נאך דעם וואס זי האט זיך באקענט מיט זשארעד האבן זיי זיך צעטיילט פאר א תקופה נאך וואס זיינע עלטערן האבן נישט צוגעשטימט צי זייער חברותא צוליב וואס זי איז נישט געווען א איד, זיי זענען צוריק צוזאמען ווען זי האט זיך מגייר געווען. דערנאך האט זי געהייראט איר אידישן מאן דזשערעד קושנער אין 2009, פון וועמען זי האט דריי קינדער, אראבעלע רויז, דזשאסעף פרעדריק און טעאדאר דזשעימס.

 זי האט געשריבן א פאר ביכער, די באקאנטסטע פון זיי איז "פרויען וואס ארבעטן".

זי האט א רייע צירונגען און קליידונג וואס טראגן איר נאמען.

טראַמפּ איז געווארן ערצויגן אלס פּרעסביטעריאַן. איידער איר חתונה, אין יולי 2009, האט זי נאָך געלערנט איבער אַ יאָר צייט מיט רבי עלי וויינשטאק פון דער מאָדערן־ארטאדאקסישע ראמאז שולע. זי האט זיך מגייר געווען צו ארטאדאקסישער אידישקייַט און גענומען דעם העברעישן נאָמען "יָעֵל" . זי באשרייבט איר גירות אלס אַ "וואונדערבארע און שיינע נסיעה" וואָס איר פאָטער האט געשטיצט "פון ערשטן טאָג", און אַז ער האט "קאָלאָסאַלן רעספּעקט" פֿאַר דער אידישער רעליגיע. זי פראבירט צו האלטן אַ כשר'ע דיעטע און דעם אידישן שבת, ווי זי האט געזאָגט אין 2015: "עס איז אַזאַ גוטע לעבן באַשלוס פֿאַר מיר ... איך האב טאַקע געפונען אַז מיט אידישקייַט ווערט געשאפן אַ וואונדערבארן פּלאַץ פֿאַר משפּחה שייכות און איבערגעגעבנקייט. פֿון פרייטאג ביז נאך שבת טוען מיר נישט גארנישט. מיר רעדן נישט אויפן טעלעפאָן. איוואנקא טראַמפּ האט געשיקט איר טאָכטער צו קינדער-גאָרטן ביי אַ אידישער שולע אין ניו יארק סיטי. זי זאגט אַז "עס איז אַ ברכה פֿאַר מיר צו האָבן זי אהיימקומען יעדע נאַכט און מיטטיילן מיט מיר די אידישקייט וואס זי האט געלערנט, און זינגען לידער פֿאַר מיר איבער יום טוב".

איוואנקא און איר מאַן האבן געמאכט אַ באזוך ביים אוהל פונעם לובאַוויטשער רבי׳ן אין קווינס, באַלד פֿאַר איר טאַטע'ס וואַלן זיג.

זיי האלטן זיך ארטאדאקסיש אבער האבן אנגעמאכט א סומאטאכע ווען זיי האבן זיך באטייליגט ביים איינשווערונגס צערעמאניע פון איר פאטער אום שבת מיט אן אזויגערופענעם היתר פון א רב, אבער מען האט זיי געזען מאכן בילדער דערנאך.

אבער למעשה חוץ פון שבת און כשרות וואס זי האט געזאגט ביי א אינטערוויו אז זיי היטן, ווייסט מען אז אויף צניעות היט זי נישט, זי דעקט נישט צו איר האר.

מיט איר מאן דזשערעד קושנער אום פעברואר 2017